דעם 15טן יאַנואַר, לעבן דער שטאָט תּל־אָבֿיבֿ, האָט די משפּחה פֿון שׂימחה לאָנדאָן אָפּגעמערקט שלושים. איך האָב אויך אָפּגעמערקט שלושים, נאָר פֿון דער ווײַטנס, פֿון שטאָט ניו־יאָרק, ניט ווײַט פֿון דער רעדאַקציע פֿון „פֿאָרווערטס‟, אַ צײַטונג, וואָס שׂימחה האָט ליב געהאַט.
שׂימחה לאָנדאָן איז געבוירן געוואָרן אין ביאַליסטאָק, פּוילן אום שׂימחת־תּורה אין 1918 און איז ניפֿטר געוואָרן פֿאַראַיאָרן גלײַך נאָך חנוכּה אין „קרית ביאַליסטאָק‟, אַ געגנט, וואָס געפֿינט זיך אין יהוד, ישׂראל. ער איז געווען אַן ערשטער קוזין מיט מײַן באָבע פֿון דער מאַמעס צד. די פֿאַרבינדונג צווישן אונדז איז אָבער געווען טיפֿער, און מער רירנדיק.
ווי אַ קינד, פֿלעג איך הערן וועגן „שׂימחה אין ישׂראל‟, אַזוי ווי אַנדערע קינדער וואָלטן אפֿשר געהערט וועגן דעם „אײפֿל־טורעם‟ אין פּאַריז אָדער די „גאָלדן־גייט‟־בריק אין סאַן־פֿראַנציסקאָ. שׂימחה איז געווען אַן אָריענטיר־פּונקט אין דער ווײַטנס, אַ פֿאָר־ציל און אַן אויפֿטו פֿון אינזשעניריע. איך האָב ניט געוווּסט, צי איך וואָלט אַ מאָל געהאַט די געלעגנהייט אים צו באַזוכן.
איך בין אָנגעקומען אויפֿן באַלקאָן פֿון זײַן באַשיידן הויז, ווען איך בין שוין געווען 22 יאָר אַלט. ער האָט ענערגעטיש גערעדט צו מיר אויף העברעיִש און זײַן פֿרוי האָט פֿאַרטײַטשט זײַנע ווערטער פֿאַר מיר אויף פֿראַנצייזיש, וואָס איך האָב יאָ פֿאַרשטאַנען.
מײַן באָבע פֿון דער מאַמעס צד האָט פֿאַרלאָזט ביאַליסטאָק פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט שׂימחה, וואָס האָט געקעמפֿט אין דער רוסישער אַרמיי, זיך אומגעקערט אין זײַן היימשטאָט און ניט געפֿונען קיין איין לעבנס־געבליבענעם קרובֿ. ער האָט געדענקט מײַן באָבעס אַדרעס פֿון די בריוו, וואָס זי פֿלעג שרײַבן זייער באָבען. ער האָט אָנגעשריבן צו מײַן באָבע, באַקומען אַן ענטפֿער און אַזוי אַרום האָט זיך אָנגעהויבן אַ קאָרעספּאָנדענץ דורך לופֿט־פּאָסט, וואָס איז אָנגעגאַנגען יאָרצענדליקער.
כאָטש ס׳איז ניט געווען מעגלעך צוליב דעם אונטערשייד אין זייער עלטער, האָט שׂימחה געהאַלטן מײַן באָבע פֿאַר אַ מין מאַמע. נאָך איר טויט האָט ער באַזוכט איר קבֿר אין ניו־דזשערזי, און געבעטן, מע זאָל דאָרטן מאַכן פֿון אים אַ בילד. ער האָט באַזוכט די קבֿרים פֿון אירע עטלערן אינעם „וואַשינגטאָן־בית־עולם‟ אין ברוקלין און דאָרטן האָט מען אויך געמאַכט פֿון אים אַ בילד.
ער איז אָנגעקומען אין פּאַלעסטינע נאָך דער מלחמה און איז געוואָרן אַ מעדיקער אין צה׳׳ל. ער האָט זיך געטראָפֿן מיט זײַן צוקונפֿטדיקע פֿרוי, כּוכבֿה, אַ מעדיקערין פֿון טוניזיע. זיי האָבן געקויפֿט אַ שטיקל באָדן אין „קרית־ביאַליסטאָק‟, אין יהוד, ניט ווײַט פֿונעם לופֿטפֿעלד. זיי האָבן קיינמאָל ניט פֿאַרגעסן דעם נאָמען פֿונעם פֿעטער, דזשאָ מײַנוס, וואָס האָט זיי אַרויסגעהאָלפֿן צו באַצאָלן פֿאַרן באָדן. שׂימחה האָט אַרײַנגעשיקט אין „יד־ושם‟ די נעמען פֿון 50 אויסגעהרגעטע קרובֿים זײַנע און אָפּגעהיט אַלע בריוו פֿון מײַן באָבען. ער האָט געלייענט דעם „פֿאָרווערטס‟ מיט דער הילף פֿון אַ „פֿאַרגרעסער־גלאָז‟ און איז געווען דער איינציקער מענטש, וואָס האָט מיך גערופֿן „לאַרושקע‟. שׂימחס הויז געפֿינט זיך אויף רחובֿ טענענבאַום 10, אַ גאַס, וואָס מע האָט אַ נאָמען געגעבן נאָכן אָנפֿירער פֿונעם אויפֿשטאַנד אין ביאַליסטאָקער געטאָ; ער איז געווען מיט צוויי יאָר עלטער פֿון דעם פֿעטער. זײַן הויז איז אַרומגערינגלט מיט אַ לעבעדיקן פּלויט פֿון געוויקסן, און אַ בוים, וואָס ער האָט נאָך פֿאַרפֿלאַנצט מיט כּמעט 70 יאָר צוריק, וואָס איז כּמעט אַזוי הויך ווי דאָס הויז אַליין. דער בוים איז רײַך מיט „קומקוואַטן‟, אַ פֿרוכט, וואָס איז סײַ ביטער, סײַ זיס, און, וואָס איז ניט אַזוי גרינג צו געפֿינען.
טעכניש איז שׂימחה געווען אַ קוזין פֿון דער באָבען, אָבער אין דער אמתן איז ער געווען אַזוי ווי אַ זיידע, אַ פֿעטער און, די סאַמע־וויכטיקסטע זאַך, אַ געטרײַער חבֿר. עס זענען דאָ אַ סך בילדער פֿון אים אין מײַן דירה: שׂימחה און איך אין די באָטאַנישע גערטנער און בײַם שבתדיקן טיש אין יהוד; שׂימחה, בײַם שנײַדן גראָז אויף דער לאָנקע אַקעגן זײַן הויז; שׂימחה און מײַן עלטער־מומע דזשין, ווען ער איז אָנגעקומען אינעם פֿליפֿעלד אויפֿן נאָמען פֿון דזשאָן קענעדי אין די 1990ער יאָרן.
דער אימאַזש, וואָס קומט מיר אָבער בולט פֿאַר די אויגן, איז ווי אַזוי שׂימחה קוקט אויפֿן פֿאָיע פֿונעם „עמפּײַר־סטייט‟־בנין; זײַנע אויגן זענען פֿול מיט וווּנדער. נאָך אַלעמען וואָס ער האָט איבערגעלעבט, איז ער געבליבן אַ גליקלעכער מענטש, און האָט געהאַט אַן אוניקאַלע פֿעיִקייט צו געפֿינען פֿרייד און זי שענקען אַנדערע.
ס׳טוט מיר שטאַרק וויי זיך צו געזעגענען מיט אים, בפֿרט פֿון דער ווײַטנס. איך האָב אויסגעפֿונען אַ פּאָר „קומקוואַטן‟ צו העלפֿן דעם איבערגאַנג און צו געפֿינען אַ תּיקון אין דער באַציִונג, וואָס מיר האָבן געשאַפֿן. די דאָזיקע באַציִונג האָט געדויערט העכער צוואַנציק יאָר און האָט אַרײַנגענומען עטלעכע שפּראַכן און מער ווי אַ טוץ באַזוכן. עס האָט מיר געשאָנקען וווּנדער, דאַנקבאַרקייט, און יאָ, אַ גרויס געפֿיל פֿון — שׂימחה.
*לאַוראַ סילווער איז אַ שרײַבערין און פּראָפֿעציאָנעלע קעכערין; די מחברטע פֿון אַ בוך וועגן דער געשיכטע פֿון קנישעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.