װען איך הער װי אײנער רעדט פֿון אַן „אַקאַדעמישן בױקאָט“, בפֿרט אין דעם לינגװיסטישן אָפּטײל, װוּ איך אַרבעט, הײב איך אָן זיך צו זאָרגן. קודם־כּל, זאָרג איך זיך פֿאַר די נײַע באַגרענעצונגען קעגן מיטאַרבעט מיט די ישׂראלים און ישׂראלדיקע אַנשטאַלטן, װאָס מע װעט אײַנפֿירן אין דעם אוניװערסיטעט. צי װעט מען מיר דערלױבן זיך צו באַטײליקן אין די אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן, װאָס קומען פֿאָר אין ירושלים אָדער תּל־אָבֿיבֿ? צי מעג איך נאָך אַרײַנשיקן מײַנע אַרבעטן אין דער רעדאַקציע פֿון די ישׂראלדיקע זשורנאַלן?
פֿאַראַן אין ייִדיש אַ װערטל, אַז אַן אײַנרעדעניש איז ערגער פֿון אַ קרענק. װי עס װײַזט אױס, האָב איך געהאַט אַ טעות: דער איצטיקער בױקאָט איז נישט קעגן ישׂראל, נאָר קעגן אַ גרױסן, רװחדיקן אַמסטערדאַמער פֿאַרלאַג, „עלזעװיר“, װאָס גיט אַרױס יעדעס יאָר מער װי צװײ טױזנט אַקאַדעמישע זשורנאַלן אױף כּלערלײ טעמעס. „עלזעװיר“ איז באַקאַנט אין לינגװיסטיק װי דער אַרױסגעבער פֿון „לינגװאַ“, אײנע פֿון די סאַמע אָנגעזעענסטע צײַטשריפֿטן פֿאַר דער אַלגעמײנער שפּראַך־װיסנשאַפֿט. די אַרטיקלען װאָס מע דרוקט דאָרט, זענען דװקא אױף אַ הױכן ניװאָ, װײַל די כּתבֿ־ידן פֿון אײן ספּעציאַליטעט (למשל, סאָציאָלינגװיסטיק אָדער סעמאַנטיק) דאַרפֿן קאָנקורירן מיט די בעסטע כּתבֿ־ידן פֿון אַלע אַנדערע געביטן.
דעם 27סטן אָקטאָבער האָבן אַלע זעקס רעדאַקטאָרן און 31 מיטאַרבעטערס פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע מאַסנװײַז רעזיגנירט. אױף אַלע שײכדיקע בליצפּאָסט־רשימות האָט זיך צעשפּרײט די ידיעה, אַז „לינגװאַ“ (װאָס איז טײַטש „לשון“ אָדער „צונג“ אױף לאַטײַן) איז אױס, און אַז אַ נײַער זשורנאַל „גלאָסאַ“ (דאָס זעלביקע אױף גריכיש) װעט ירשענען סײַ די רעדאַקטאָרן פֿונעם פֿריִערדיקן זשורנאַל, סײַ זײַן פּרעסטיזש. „גלאָסאַ“, װאָס האָט זיך אָפֿיציעל געעפֿנט דעם חודש, װעט זײַן צוטריטלעך אָן אַן אַבאָנעמענט („Open Access“) פֿונעם פֿאַרלאַג „יוביקװיטי־פּרעס“. „עלזעװיר“ װעט פּרוּװן, פֿאַרשטײט זיך, װײַטער אַרױסצוגעבן „לינגװאַ“, אָבער די רעדאַקטאָרן פֿון „גלאָסאַ“ בעטן, אַז מע זאָל מער נישט לײענען „לינגװאַס“ נײַע אַרטיקלען, אַרײַנשיקן צו זײ נײַע כּתבֿ־ידן אָדער רעצענזירן די כּתבֿ־ידן פֿון אַנדערע. (און דער לינגװיסטישער דעת־הקהל שטיצט דעם בױקאָט גאָר שטאַרק.)
דער סקאַנדאַל האָט זיך אָנגעהױבן אַזױ: לױט דעם געװעזענעם הױפּט־רעדאַקטאָר פֿון „לינגװאַ“, יאָהאַן ראָריק, האָט די רעדאַקציע צו ערשט געבעטן, אַז „עלזעװיר“ זאָל רעדוצירן דעם פּרײַז פֿאַר אַן אַבאָנעמענט. פֿאַר װאָס? װײַל אין אַ סך קלענערע אוניװערסיטעטן, װוּ װײניק סטודענטן און פּראָפֿעסאָרן פֿאַרנעמען זיך מיט לינגװיסטיק, לױנט זיך נישט, אַז די ביבליאָטעק זאָל צאָלן טױזנטער דאָלאַר אױף אַ לינגװיסטישן זשורנאַל. „עלזעװיר“ האָט נישט מסכּים געװען דערױף.
אין די פֿאַרגאַנגענע חדשים האָבן די רעדאַקטאָרן פֿאָרגעלײגט װײַטער, אַז דער גאַנצער אינהאַלט פֿון זשורנאַל זאָל זײַן צוטריטלעך אױף אינטערנעץ, און אַז די שרײַבערס זאָלן האַלטן דאָס דרוקרעכט איבער די אײגענע װערק (נישט דער פֿאַרלאַג). „עלזעװיר“ װאָלט אַװדאי געקענט מאָנען אַ באַשײדענעם אָפּצאָל פֿאַר יעדן אַרטיקל, װאָס מע גיט אַרױס עלעקטראָניש, אַבי ער איז פּראָפּאָרציאָנעל צו דער אַרבעט, װאָס דער פֿאַרלאַג טוט. װידער אַ „נײן“ פֿון פֿאַרלאַג.
איך פֿאַרשטײ גאַנץ גוט די טענות צו „עלזעװיר“ — טענות, װאָס זענען אױך שײך די אַנדערע גרױסע קאָמערציעלע פֿאַרלאַגן. מײַנע אַן אַרבעט װעגן ייִדישער לינגװיסטיק איז לעצטנס אַרױס אין אַ זשורנאַל בײַם פֿאַרלאַג „בריל“. װער סע װיל לײענען דעם עלעקטראָנישן טעקסט פֿון אַרטיקל, דאַרף צאָלן דעם פֿאַרלאַג 30 דאָלאַר, אָדער אַבאָנירן דעם זשורנאַל (87 דאָלאַר). איך, דער מחבר, קריג נישט קײן האָנאָראַר. די אַנאָנימע רעצענזענטן, װאָס האָבן איבערגעלײענט מײַן כּתבֿ־יד (ד״ה, אַנדערע סטודענטן און פּראָפֿעסאָרן פֿון לינגװיסטיק) האָבן אױך נישט פֿאַרדינט קײן גראָשן פֿאַר זײער אַרבעט. אָבער די גרעסטע באַלײדיקונג איז, אַז „בריל“ האָט מיר געגעבן די ברירה צו באַצאָלן דרײַ טױזנט דאָלאַר(!), אַז מײַן צװעלף־זײַטיקער אַרטיקל זאָל זײַן צוטריטלעך צו די מאַסן בחינם. דער מצבֿ בײַ „עלזעװיר“ איז זײער אַן ענלעכער.
(ס׳איז אָבער כּדאַי צו באַמערקן, אַז בײַ געװיסע פֿאַרלאַגן, אַרײַנגערעכנט „בריל“, איז אײַנגעפֿירט, אַז דער מחבר פֿון אַרטיקל מעג אַרױפֿשטעלן אַ קאָפּיע אױף זײַן פּערזענלעך װעבזײַטל. אַזױ אַרום קען מען אױסמײַדן די הױכע פּרײַזן.)
איך װײס נישט, צי דער סקאַנדאַל מיט „לינגװאַ“ װעט ברענגען די ישועה אין דער אַקאַדעמישער פֿאַרלעגערײַ. זיכער, האָט עס אױפֿגעדעקט אַ סך פֿון די פּראָבלעמען. די מערסטע װיסנשאַפֿטלערס, װאָס דרוקן זײערע אַרבעטן אין די גרױסע זשורנאַלן, קריגן זײער געהאַלט (אָדער אין גאַנצן, אָדער צום טײל) פֿון דער רעגירונג. על־פּי יושר װאָלט דער כּלל (װאָס צאָלט דאָך שטײַערן) געקענט לײענען די רעזולטאַטן פֿון זײערע פֿאָרשונגען אומזיסט. מיר װינטשן דעם נײַעם „גלאָסאַ“ ברכה און הצלחה און האָפֿן, אַז עס װעט זיך מערן די צאָל באַקאַנטע זשורנאַלן, װאָס גיבן אַרױס זײערע אַרטיקלען פֿאַר גלײַכע פּרײַזן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.