דער „פֿאָרווערטס‟ שטעלט אַ רעקאָרד אין 1921

A Record For the Forverts in January 1921

ניו־יאָרק, 1920ער יאָרן
GettyImages
ניו־יאָרק, 1920ער יאָרן

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published January 19, 2016, issue of February 05, 2016.

מיט 90 יאָר צוריק, שבת דעם 22טן יאַנואַר 1921, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ דערגרייכט דעם טיראַזש, ביז אַהער דעם גרעסטן — 203,320 קאָפּיעס.

אין עטלעכע יאָר אַרום וועט די צײַטונג האָבן נאָך אַ גרעסערן טיראַזש, אָבער דערווײַל איז עס געווען די סאַמע ממשותדיקע דערגרייכונג. בפֿרט נאָך, אַז געשען איז עס אין דער צײַט, ווען אַ סך ייִדישע לייענער זײַנען פֿאַרבליבן אָן אַרבעט. אַמעריקע האָט דאָך זינט יאַנואַר 1920 ביז יולי 1921 איבערגעלעבט אַ שווערן עקאָנאָמישן קריזיס, וואָס איז געווען אַן אָפּקלאַנג פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. דערצו האָט דער „פֿאָרווערטס‟ שוין ניט געקענט אײַנהאַלטן דעם פּרײַז פֿון איין סענט פֿאַר דער צײַטונג. זי האָט שוין געקאָסט דרײַ מאָל טײַערער.

ס’איז געווען די צײַט פֿון „סלעק‟ — דאָס דאָזיקע וואָרט, פֿון ענגלישן slack, איז איצט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן, אָבער אין יענע יאָרן איז עס געווען זייער אַקטיוו אין דעם אַמעריקאַנער און בריטישן ייִדיש. דאָס וואָרט האָט באַשריבן די צײַט פֿון אַן עקאָנאָמישער אָפּשוואַכונג. אַרום די פּראָבלעמען, פֿאַרבונדן מיט אַ סלעק, זײַנען אויף ייִדיש אָנגעשריבן געוואָרן הונדערטער אַרטיקלען און קינסטלערישע ווערק. בדרך־כּלל, פֿלעגט דער סלעק געדויערן רעלאַטיוו ניט לאַנג, בפֿרט אין דער „שמאַטע־אינדוסטריע‟, און דערנאָך איז קומען אַן אַקטיווער סעזאָן, ווען די געשעפֿטן האָבן זיך ווידער גענייטיקט אין בגדים, און די אונטערנעמער האָבן געדונגען מער אַרבעטער, כּדי צו פֿאַרדינען אויף דעם סעזאָן־נאָכפֿרעג. אין 1920—1921 האָט זיך דער סלעק געצויגן לענגער.

קיין חידוש ניט, אַז דער „פֿאָרווערטס‟ האָט זיך געגרויסט מיט דעם, וואָס אַזאַ דערפֿאָלג איז דערגרייכט געוואָרן דווקא אין די שווערע צײַטן, ווען די אַנדערע ייִדישע צײַטונגען האָט זיך, אין בעסטן פֿאַל, אײַנגעגעבן צו האַלטן דעם זעלבן טיראַזש. נאָך מער: די איבעריקע פֿיר טעגלעכע ייִדישע צײַטונגען, געדרוקט אין ניו־יאָרק אין יענער צײַט, האָבן צוזאַמענגענומען געהאַט ווייניקער לייענער ווי דער „פֿאָרווערטס‟. אין דעם עדיטאָריאַל, וואָס איז אַרויס דעם 26סטן יאַנואַר, האָט די „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע זיך באַרימט, אַז זי איז „אויפֿן ריכטיקן וועג אינעם מאָראַלישן זין, אין דעם גײַסטיקן זין, אין אַ פּאָליטישן זין‟. און זי האָט צוגעגעבן, אַז זי איז אויך געווען „אויפֿן ריכטיקן וועג אין דעם זשורנאַליסטישן זין‟.

באַזונדערס האָט דער עדיטאָריאַל אונטערגעשטראָכן די קוואַליטעט פֿון די זשורנאַליסטישע און קינסטלערישע ווערק, געדרוקט אין דער „בעסט־געשריבענער צײַטונג‟, וועלכע ס’איז „לײַכט צו לעזן, געשמאַק צו לעזן‟. מיר ווייסן, אַז אַב. קאַהאַן, דער רעדאַקטאָר, האָט תּמיד געהאַלטן אַן אויג אויף דעם לשון פֿון די צײַטונג־מאַטעריאַלן, כּדי דער אינהאַלט זאָל בלײַבן צוטריטלעך דעם לייענער, וואָס האָט, געוויינטלעך, קיין ריכטיקע בילדונג ניט געהאַט. דער רעדאַקטאָר האָט געגלייבט, אַז אַ סך פֿון זײַנע לייענער האָבן תּחילת אויך קיין שײַכות ניט געהאַט צו סאָציאַליסטישע אידעען, געפּריידיקט אין דער צײַטונג; אָבער צוגעצויגן דורך דער פֿאַרכאַפּנדיקער און צוטריטלעכער לעקטור, פֿלעגן זיי אויך ביסלעכווײַז ווערן סאָציאַליסטיש געשטימט.

דאָס איז געווען דער ווינקלשטיין פֿון קאַהאַנס שפּראַך־סטראַטעגיע: ניט צו זײַן פּוריסטיש, נאָר צו זײַן פֿאַרשטענדלעך. צוליב דעם האָט מען צו קאַהאַנען געהאַט אַ סך טענות, אים באַשולדיקט אין פֿאַרמיסטיקן די שפּראַך מיט אַנגליציזמען. אָבער דער וואַקסנדיקער טיראַזש איז פֿאַר אים געווען וויכטיקער פֿון אַזעלכע עסטעטישע אָנפֿאַלן, פֿון וועלכע ער האָט זיך פּשוט אויסגעלאַכט.

ס’איז שווער צו זאָגן, ווי לאַנג דער דאָזיקער רעקאָרד־טיראַזש האָט זיך געהאַלטן. אַ סבֿרא, אַז ניט זייער לאַנג. אין מרדכי סאָלטעסעס בוך The Yiddish Press - An Americanizing Agency, וואָס איז אַ פֿאַרלאָזלעכער קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע (געדרוקט אין יאָר 1924), שטייט געשריבן, אַז אין 1921 האָט דער „פֿאָרווערטס‟ געהאַט געדרוקט (אַ פּנים, דורכשניטלעך) 147 טויזנט קאַפּיעס. דאָס הייסט, אַז דער טיראַזש איז פֿאַקטיש געפֿאַלן, בפֿרט אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 1916, ווען ער האָט דערגרייכט כּמעט 200,000 קאָפּיעס. דער דערפֿאָלג פֿון יאַנואַר 1921 איז געווען אַ קורצער. אפֿשר איז ער געווען אַ פּועל־יוצא פֿון דרוקן לעקציעס פֿון ענגליש, וועלכע זײַנען געווען זייער פּאָפּולער; און אפֿשר זײַנען געווען אויך אַנדערע סיבות פֿאַר אַזאַ סענסאַציאָנעלן וווּקס פֿון דער צאָל לייענער.

אין סעפּטעמבער 1921 וועט די צײַטונג, און די ייִדישע סאָציאַליסטישע באַוועגונג בכלל, איבערלעבן זייער אַ שווערן קריזיס; טויזנטער ייִדישע סאָציאַליסטן וועלן פֿאַרכאַפּט ווערן מיט קאָמוניסטישע אידעען. די שפּאַלטונג וועט אָפּשוואַכן די באַוועגונג, זי וועט שוין ניט האָבן דעם כּוח און די השפּעה, וועלכע זי האָט געהאַט ביז דער שפּאַלטונג. אָבער דערווײַל, אין יאַנואַר, האָט מען געקענט קלײַבן נחת פֿון זיך אַליין.