די גענטריפֿיקאַציע

Gentrification


פֿון לייזער בורקאָ

Published January 20, 2016, issue of February 05, 2016.

דער באַגריף „גענטריפֿיקאַציע‟ (אויף דײַטש: גענטריפֿיצירונג) גייט די לעצטע יאָרן אַלץ מער אַרײַן אין דער מאָדע. אויף ענגליש האָט זיך דאָס וואָרט באַוויזן צום ערשטן מאָל אין 1888 — פֿונעם שטאַם gentry, ווי מע רופֿט דעם שיכט ענגלישע אַדללײַט, וואָס וווינען אויפֿן לאַנד. דעם הײַנטיקן באַטײַט פֿונעם וואָרט האָט אײַנגעפֿירט די ייִדישע סאָציאָלאָגין רות גלאַס אין 1964, כּדי צו באַשרײַבן דעם פּראָצעס, ווי אַזוי רײַכע מענטשן האָבן איבערגענומען געוויסע אָרעמע טיילן פֿון לאָנדאָן. גלאַס האָט געהאַט אַ רבנישן ייִחוס און איז געבוירן געוואָרן אין בערלין, אָבער, ווי אַ ייִדישע טאָכטער און אַן איבערגעגעבענע מאַרקסיסטקע, האָט זי געהאַט שׂכל אַרויסצופֿאָרן אין 1932, גלײַך פֿאַר היטלערס קומען צו דער מאַכט, און זיך צו באַזעצן אין ענגלאַנד.

אַזוי ווי דאָס וואָרט שטאַמט פֿון אַ מאַרקסיסטישער קריטיק פֿון דער מאָדערנער שטאָט־פּלאַנירונג, איז ניט קיין חידוש, אַז עס האָט אַ נעגאַטיוון בײַטעם. ווי באַלד מע ניצט דאָס וואָרט „גענטריפֿיקאַציע‟, האָט מען שוין דעם פּראָצעס אויסגעטײַטשט לרעה. פֿון דעסטוועגן, זײַנען פֿאַראַן אָן אַ שיעור שטעט אויף דער וועלט, וואָס זייערע מעיאָרס לעכצן נאָך דער גענטריפֿיקאַציע, ווי אַ שיכּור נאָך אַ גלאָז משקה. אַ סך שטעט זײַנען אויסגעליידיקט און פֿאַראָרעמט געוואָרן אין משך פֿון די לעצטע פֿופֿציק יאָר, אָבער יענע מעטראָפּאָלן, וואָס זײַנען „געשטראָפֿט‟ געוואָרן מיט דער גענטריפֿיקאַציע, זײַנען דווקא אין אַ סך אַ בעסערן מצבֿ.

לויט אַן אָנגענומענער טעאָריע, קומט דער פּראָצעס פֿאָר אין צוויי כוואַליעס. אין אַן אָרעמער געגנט, אָדער דאָרט, וווּ ס׳איז פֿריִער געווען אַן אינדוסטריעלע געגנט, קלײַבן זיך אַרײַן „פּיאָנערן‟: קינסטלער, סטודענטן, יונגע־לײַט („היפּסטערס‟), וואָס וווינען דאָרט, דער עיקר, ווײַל ס׳איז ביליק. די נײַע אײַנוווינער רעמאָנטירן די אַלטע דירות, זיי ברענגען אַרײַן נײַע קאַפֿעס, לאָקאַלן, קלובן, בקציור, זיי מאַכן די געגנט מער צוציִענדיק. די בעלי־בתּים פֿון די בנינים כאַפּן דעם שניט און אינוועסטירן מער, מאַכן אַ רעמאָנט, פֿאַרוואַנדלען די אַלטע פֿאַבריקן און סקלאַדן אין גרויסע לאָפֿט־דירות. דערצו הייבן זיי אָן צו העכערן דאָס דירה־געלט און דערמיט אַרויסשטויסן די פֿריִערדיקע אָרעמע באַפֿעלקערונג פֿון דער געגנט.

איצט הייבט זיך אָן די צווייטע כוואַליע — פֿון די „גענטריפֿיצירער‟ ממש. דאָס זײַנען אָפֿט יונגע פּראָפֿעסיאָנעלע מענטשן, גוטע פֿאַרדינער (אויך באַקאַנט ווי „יאָפּיס‟), וואָס אַרבעטן, דער עיקר, אין די נײַע עקאָנאָמישע בראַנזשעס, פֿאַרבונדן מיט אינפֿאָרמאַציע און שעפֿערישקייט, מיט קאָמפּיוטערײַ, מיט וויסנשאַפֿט און מיט קונסט. דערצו וואַקסן אויס די סטודענטן און „היפּסטערס‟ פֿון פֿריִער, וואָס הייבן אויך אָן צו פֿאַרדינען און צו האָבן קינדער. אַזוי באַקומט די געגנט אַן אַלץ מער בירגערלעכן כאַראַקטער — און די פּרײַזן שטײַגן אַזש ביזן הימל.

דער אמת איז, אַז די מומחים ווייסן ניט, פֿאַר וואָס געוויסע געגנטן ווערן גענטריפֿיצירט און אַנדערע — ניט. דער עיקר, גייט עס אין דער מאָדע, וואָס איז שווער פֿאָרויסצוזען. אָבער די „פּיאָנערן‟ זײַנען דווקא אַזעלכע מענטשן, וואָס האָבן אַ גוטן חוש פֿאַר דער מאָדע: קינסטלער, „היפּסטערס‟, און אויך, האָמאָסעקסואַליסטן. זיי מאַכן די געגנט מער היימיש פֿאַרן באָהעמישן און אַלטערנאַטיוון לעבנס־שטייגער, וואָס ציט שפּעטער צו די רײַכערע מענטשן. דעריבער האַלטן די גרויסע אינוועסטאָרן אַן אויג אויף דעם, וווּ אַזעלכע מענטשן באַזעצן זיך, ווײַל דאָס קען ווערן אַ נײַער „סאָהאָ‟ אָדער וויליאַמסבורג אין ניו־יאָרק.

אַוודאי, שפּילן די ייִדן אַן אומפּראָפּאָרציאָנעל גרויסע ראָלע אין דער גענטריפֿיקאַציע, ספּעציעל דאָ אין אַמעריקע. ערשטנס, לעבן ס׳רובֿ ייִדן אין די גרויסע מעטראָפּאָליעס, וווּ דער פּראָצעס קומט פֿאָר, ווי ניו־יאָרק, סאַן־פֿראַנציסקאָ, און באָסטאָן. די בעלי־בתּים פֿון די בנינים, וווּ די „פּיאָנערן‟ באַזעצן זיך, זײַנען אָפֿט ייִדן; ניט ווייניק פֿון די „פּיאָנערן‟ אַליין אויך — קינסטלער, „היפּסטערס‟, און אַפֿילו האָמאָסעקסואַליסטן.

אָבער ניט אַלע ייִדן זײַנען צופֿרידן מיט דער גענטריפֿיקאַציע, דער עיקר, די חסידים. די באָהעמישע, עולם־הזהדיקע סבֿיבֿה פֿון די „פּיאָנערן‟ פּאַסט זיך גאָר ניט אַרײַן אין דער פֿרומער קולטור. אַ מאָל פֿלעגן די חסידים דורכפֿירן פּראָטעסטן, שרײַען געוואַלד, אָבער דערווײַל, זאָגט מיר אַ חבֿר, האָבן זיי שלום געמאַכט מיטן מצבֿ. שוין פֿאַרפֿאַלן! אַ סך חסידים, וואָס האַנדלען מיט „ריעל עסטעיט‟ (גרונטאייגנס), זײַנען געוואָרן רײַך ווי קורח, שאַרן גאָלד ממש. מײַן חבֿר האָט מיר אָנגערופֿן עטלעכע נעמען און נאָך אַ קאָמפּלימענט דערצו: „די נומערן וואָס די חבֿרה טראַסקענען דורך איז אין די ביליאָנען און זיי זענען אַלע ייִנגער ווי דו‟.

די אמתע „גענטריפֿיצירער‟, וואָס זײַנען שפּעטער געקומען, זײַנען, זאָגט ער, „זייער פֿרידלעך און מאַכן ניט קיין פּראָבלעמען‟; אָבער דערפֿאַר האָבן זיי אַרויפֿגעטריבן די פּרײַזן אַזוי, אַז דער חסידישער טייל פֿון דער געגנט קען מער ניט וואַקסן. אַ סך יונגע משפּחות קלײַבן זיך איבער קיין מאָנסי, ווײַל זיי קענען זיך ניט דערלויבן צו בלײַבן אין דער אַלטער געגנט — און וויליאַמסבורג איז דאָך אַ ייִדישע געגנט איבער הונדערט יאָר. „דאָס טוט זייער וויי‟, שרײַבט ער.

זעען מיר, אַז ייִדן שטייען אויף ביידע זײַטן פֿון דער דעבאַטע: סײַ צווישן די שולדיקע אין דער גענטריפֿיקאַציע און סײַ צווישן די געליטענע דערפֿון. אָבער אַרום און אַרום, זײַנען מסתּמא פֿאַראַן מער געווינער ווי פֿאַרלירער, ווײַל די ייִדן זײַנען פֿאָרט פֿון די מער פֿאַרמעגלעכע גרופּעס אין די גרויסע שטעט. דעריבער קען אפֿשר מען ניצן דאָס וואָרט אויף ייִדיש אָן דעם געוויינטלעכן שלעכטן בײַטעם.