מער דרוק אויף ישׂראל צוליב די ייִשובֿים

More Pressure on Israel Because of Settlement Activity

אַ ייִדישער אַרבעטער אין אַ פֿאַבריק, וואָס פּראָדוצירט איילבערט־בוימל, דעם 12טן נאָוועמבער 2015, אין שילה, אַ ישׂראלדיקער ייִשובֿ אויפֿן מערבֿ־ברעג
GettyImages
אַ ייִדישער אַרבעטער אין אַ פֿאַבריק, וואָס פּראָדוצירט איילבערט־בוימל, דעם 12טן נאָוועמבער 2015, אין שילה, אַ ישׂראלדיקער ייִשובֿ אויפֿן מערבֿ־ברעג

פֿון ייִט״אַ

Published January 21, 2016, issue of February 05, 2016.

וואַשינגטאָן. — דער צוזאַמענפֿאַל פֿונעם שלום־פּראָצעס צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער פֿאַראַיאָרן האָט לעצטנס נאָך מער אָנגעשטרענגט דעם סיכסוך איבער די ישׂראלדיקע ייִשובֿים.

די וואָך האָט די אָרגאַניזאַציע „מענטשנרעכט אויף דער וואַך‟ (Human Rights Watch) פּובליקירט אַ באַריכט, טענהנדיק, אַז דאָס פֿירן געשעפֿטן מיט די ייִדישע ייִשובֿים אויפֿן מערבֿ־ברעג פֿאַרפֿעסטיקט ישׂראלס פּאָזיציע דאָרט און דערפֿירט צו בראָכן פֿון מענטשנרעכט.

מיט אַ טאָג פֿריִער האָט דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד דערקלערט, אַז יעדער הסכּם מיט ישׂראל „מוז בולט באַטאָנען, אַז עס איז נישט חל אויף די טעריטאָריעס, אָקופּירט פֿון ישׂראל אין 1967‟. דערצו האָט דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר אין ישׂראל, דניאל שאַפּיראָ, קריטיקירט ישׂראלס „פֿאַרכאַפּן‟ די טעריטאָריעס אויפֿן מערבֿ־ברעג און איר סתּירותדיקע יוסטיץ־סיסטעם.

„צו פֿיל ישׂראלדיקע אַטאַקן אויף די פּאַלעסטינער ווערן נישט ערנסט אויסגעפֿאָרשט, און אַ מאָל זעט אויס, אַז עס זענען דאָ צוויי באַזונדערע סטאַנדאַרטן בײַם דורכפֿירן דאָס געזעץ: איינער פֿאַר ישׂראלים און איינער פֿאַר די פּאַלעסטינער,‟ האָט שאַפּיראָ מאָנטיק געזאָגט.

ווי עס זעט אויס, האָט ישׂראל געקאָנט אויסמײַדן דיסקוסיעס וועגן דעם סטאַטוס פֿונעם מערבֿ־ברעג, ווען זי האָט נאָך געפּרוּווט ממשיך זײַן דעם שלום־פּראָצעס. אָבער זינט די פֿאַרהאַנדלונגען זענען אָפּגעהאַקט געוואָרן, האָבן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אייראָפּע ווידער אָנגעהויבן פֿאָקוסירן זייער אויפֿמערק אויף די ייִדישע ייִשובֿים, ווי אַ מיטל אָנצוהאַלטן די מעגלעכקייט, אַז מע וועט נאָך קענען גרינדן צוויי מלוכות.

דער באַריכט דערציילט וועגן אַ פֿאַבריק אין אַ ייִשובֿ אויפֿן מערבֿ־ברעג, וואָס האָט פּראָדוצירט בעטגעוואַנט פֿאַר אַן אַמעריקאַנער געשעפֿט און באַצאָלט די פּאַלעסטינער אַרבעטער נידעריקע שׂכירות. „בעת אונדזערע שמועסן מיט דער פֿאַבריק־פֿאַרוואַלטונג, איז זי אײַנגעגאַנגען איבערצופֿירן אירע אײַנריכטונגען אין ישׂראל גופֿא‟, האָט די מענטשנרעכט־גרופּע איבערגעגעבן.

די אָרגאַניזאַציע „אַמעריקאַנער פֿאַר ׳שלום עכשיו׳‟ האַלט, אַז דער שריט איז אַ פּאָזיטיווע אַנטוויקלונג. „דאָס בויקאָטירן די ייִשובֿים וועט העלפֿן אויסצומײַדן די מעגלעכקייט, אַז מע וועט בויקאָטירן גאַנץ מדינת־ישׂראל, אַזוי ווי עס פּריידיקט די BDS-באַוועגונג,‟ האָט אַ וואָרטזאָגער פֿון דער גרופּע געזאָגט.