איך קען שוין טובֿיהן אַ שאָק מיט יאָרן, צוואַנציק, און אפֿשר מיט אַ סמיטשיק אַריבער, ווען איך האָב רעצענזירט זײַן ערשטע פּיעסע פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟, וואָס ער האָט געשטעלט אין זײַן ניו־יאָרקער „ייִדישן (דזשויִש) טעאַטער‟ אויף ענגליש, געהייסן האָט עס, „אויף די פֿליגל פֿון אָדלערס‟, כ’בין געווען אַנטציקט.
זינט דעמאָלט זײַנען מיר געבליבן קאָלעגעלעך „פּאָ פֿאַכו‟; ער רופֿט מיך „רביצין‟, און איך אים „טובֿיה לעבן‟. טובֿיה איז געבוירן געוואָרן אין ישׂראל בײַ חרדישע עלטערן, וואָס האָבן אין אים אַרײַנגעהאַקט די שׂינאה צו די וועלטלעכע ייִדן, די פֿרײַדענקער, צו יענע ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט דעם לעבעדיקן קוואַל פֿון זייער ייִדישקייט, שוין אָפּגערעדט פֿון דער זינדיקער פֿרויען־ראַסע, די לויז געקליידטע מיידלעך, חציפֿות און סתּם פֿרויען, נישט צניעותדיק געקלײדט.
ביז דאָס בחורל טובֿיה האָט זיך אויסגעניכטערט, און דערזען, אַז ער ליגט אין אַ פּלעט פֿון דער אײַז־תּקופֿה, איז ער אַנטלאָפֿן. איין זאַך האָט ער מיטגענומען מיט זיך, זײַן נאַיִווע ליבשאַפֿט צו עם־ישׂראל, זײַן זאָרג פֿאַר דער עקזיסטענץ פֿון מדינת־ישׂראל, זײַן ביטער האַרץ קעגן דער פֿאַרניכטונג פֿון אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק, שוין אָפּגערעדט פֿון זײַן ביטערע שׂינאה קעגן דעם אוניווערסאַלן אַנטיסעמיטיזם. איך זע טובֿיהן ווי אַ טרוימער, ממש ווי אַ „מיגועל דע סערוואַנטעס‟ פֿון שטעטעלע לאַ־מאַנשאַ, זײַן געשטאַלט פֿון אַ „דאָן קיכאָט‟ מיטן קאַמף קעגן די מילן וואָס דאַרפֿן מיט זיך פֿאָרשטעלן יושר, אידעאַלן, חלומות, ליבע. אַנשטאָט דעם האָט זיך טובֿיה אָנגעטראָפֿן אויף הבֿל־הבֿלים, דעם אומות־העולמדיקן לוסט צו פֿאַרניכטונג, די שׂנאת־מות ,ווען עס קומט צו ייִדן. שוין כּמעט זיבעציק יאָר זינט דעם חורבן, און דער האַס קלעקט נישט, דער ייִד איז געבליבן אַ דאָרן אין האַלדז פֿון אונדזערע אויסערלעכע און אינערלעכע שׂונאים.
טובֿיה איז סײַ אַ פּאָליטישער דראַמאַטורג, סײַ אַ זשורנאַליסט און סײַ אַ פֿאָרשער. ער רעדט אויף זיבן שפּראַכן, צווישן זיי ייִדיש, העברעיִש, אַראַביש, ענגליש, דײַטש, גריכיש און שפּאַניש. אין זײַן בוך האָט ער געשפּילט די ראָלע פֿונעם פּאַלעסטינער אַבו אַלי, גערעדט אַראַביש און זיי איבערצײַגט, אַז ער איז איינער פֿון זיי. פֿאַר די אייראָפּעער האָט ער זיך אידענטיפֿיצירט ווי טאָבי, אַ געבוירענער דײַטש, און פֿאַר די ייִדן ווי טובֿיה. אין ערשטן בוך זײַנס איז געווען זײַן עובֿדה אויסצופֿאָרשן די נעאָ־נאַציס אין דײַטשלאַנד, און ער איז געקומען צום אויספֿיר, אַז ס’ברענט אין זיי די שׂינאה און רציחה צו ייִדן פֿון אַמאָל.
אין זײַן לעצט בוך „כאַפּט אַ ייִד‟, האָט ער גענומען אויספֿאָרשן די פּאַלעסטינער פֿון ראַמאַלאַ, עזה, חבֿרון און שכם, מיט איין וואָרט, איבער דער לענג און ברייט פֿון פאַלעסטינע־לאַנד. טובֿיה האָט אויפֿגעזוכט אַ הויפֿן בעדויִנער, וועלכע וווינען מער נישט אין מידבר, נאָר אויף די שטחים פֿון אונדזערע אַמאָליק ביבלישע שטעט. זיי רופֿן זיך הײַנט „פּאַלעסטינער פּליטים‟; זייער ציל אין לעבן איז צוריקצוקערן זיך קיין חיפֿה, יפֿו און ירושלים.
טובֿיה שילדערט די בעדויִנער, וועלכע באַוויינען זייער גורל, אָבער אין דער אמתן, לעבן אַ סך פֿון זיי ווי די לאָרדן, אין שיינע הײַזער, עקסקלוסיוו מעבל, ממש פּאַלאַצן, כאָטש דער אַרײַנגאַנג צום הויז זעט אויס ווי אַ חורבֿה, אָפּגעשליסן און אָפּגעריסן. די פֿינאַנציעלע סובסידיעס קומען פֿון דער „יו־ען‟, פֿון דעם אייראָפּעיִשן פֿאַראיין, פֿון דײַטשלאַנד, פֿון דער שווײץ און פֿון אַמעריקע, דער עיקר, פֿונעם ייִדישן גבֿיר דזשאָרדזש סאָראָס. שפּילט מען טעאַטער, מ’שטעלט אָן מדריכים און וועג־ווײַזער צו ווײַזן דער דרויסנדיקער וועלט זייער פֿאַרניכטעטע וועלט מיט די צעבראָכענע געצעלטן, וואָס דערמאָנען אין אָפּגעשלאָגענע הושענות.
טובֿיה כאַפּט אַ שמועס מיטן באַרימטן ישׂראלדיקן שרײַבער עמוס עוז, וועלכער צעקײַט פֿאַר אים די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין לאַנד.
„זיי באַשטייען פֿון אַן אַמאַלגאַם־ייִדן. צווישן זיי די פֿרומע און די וועלטלעכע, די רעכט־געשטימטע און די לינקע; ייִדן, וואָס לעכצן נאָך שלום און די קאָלאָניסטן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אויף די שטחים. מיר לעבן מיט אַראַבער אין איינעם און ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר.‟
גדעון לוי, אַ קאָלומניסט אין „האָרץ‟, וועלכער יאָרן לאַנג האָט געווידמעט זײַן רובריק צו די פּאַלעסטינער, און אַטאַקירט די ישׂראלדיקע ממשלה, צה״ל און אויסגעגאָסן זײַן ביטער האַרץ אויף די קאָלאָניסטן, די פֿרומע ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין די שטחים.
גדעון לוי טענהט, אַז „מיר זײַנען געגליכן צו דרום־אַפֿריקע אין צײַט פֿון דער ׳אַפּאַרטײַד׳.‟ ער טוט זיך מודה זײַן, אַז ער רעדט נישט קיין אַראַביש, ווי זשע קען ער באַשרײַבן די ברוטאַלע באַציִונג צו זיי, ווען ער אַליין איז נישט באַקאַנט מיט זייער שפּראַך און קולטור…
טובֿיה קלערט אים אויף, אַז די אַראַבער זײַנען צוויי שפּראַכיק: איין שפּראַך צווישן זיך און די צווייטע — פֿאַר דער וועלט, פּונקט ווי „אַל דזשעזיראַ‟ — ראַדיאָ און טעלעוויזיע־פּראַגראַמען. פּונקט ווי יאַסיר אַראַפֿאַט פֿלעגט טאָן. ווען מע שטעלט צו גדעונען צו דער וואַנט מיט דער אַראַבישער ברוטאַליטעט קעגן אייגענע, דרייט ער זיך אַרויס מיטן אויסרייד, אַז וואָס זיי טוען צווישן זיך גייט אים נישט אָן, בעת ער גיט צו, אַז ער האָט נישט קיין איין פֿרײַנד פֿון צווישן די פּאַלעסטינעזער. ער קלערט אויף, אַז די ייִדן אין תּל־אָבֿיבֿ גלייבן נישט אין גאָט, זיי גלייבן אָבער, אַז גאָט האָט זיי צוגעזאָגט דאָס לאַנד.
מיר ייִדן זײַנען, אַ פּנים, אַן אויסנאַם פֿון אַ פֿאָלק. אונדזער מוח אַרבעט איבער־שעהן; מיר האָבן אַ שעפּ־לעפֿל אין די פּאָליטישע טעפּ פֿון דער וועלט און פֿאַרזוכן פֿון אַלעמען; מעגלעך דעריבער פֿאַרלירן מיר דעם צוטרוי צו אַהבֿת־ישׂראל און לאָזן זיך פֿאַרפֿירן פֿון שׂינאת־ישׂראל. דער עיקר, טובֿיה איז אָנגעזאַפּט מיט אַהבֿת־ישׂראל און וויל דערגיין צום וואָרצל פֿון דער וועלטס שׂינאה צו אונדז. דאָס איז זײַן שליחות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.