אין די לעצטע פּאָר יאָר איז דער „אַרבעטער־רינג‟ געוואָרן דער גרעסטער צענטער פֿון ייִדיש־קלאַסן אין אַמעריקע.
אינעם פֿאַרגאַנגענעם לערן־זמן האָבן 220 סטודענטן זיך געלערנט אין אַכצן קלאַסן אויף פֿאַרשידענע ניוואָען מיט 12 לערער. אַ דאַנק די אינטערנעץ־קלאַסן, מיט וועלכע דער „אַרבעטער־רינג‟ פֿירט אָן, געפֿינען זיך די סטודענטן ניט בלויז אין שטאָט ניו־יאָרק, נאָר איבער גאַנץ אַמעריקע און איבער דער גאָרער וועלט. איך האָב לעצטנס געכאַפּט אַ שמועס מיט קאָליע באָראָדולין, דער דירעקטאָר פֿון די ייִדיש־פּראָגראַמען בײַם „אַרבעטער־רינג‟, וועגן זײַנע סטודענטן און לערער; די נײַע קלאַסן, וואָס הייבן זיך באַלד אָן, און זײַנע פּלענער אויף ווײַטער.
בײַם אָנהייב פֿון אונדזער שמועס האָט קאָליע באַטאָנט די פֿאַרשידנאַרטיקייט פֿון די קלאַסן, וואָס די סטודענטן קענען אויסקלײַבן. פֿאַר די אַוואַנסירטע סטודענטן אין דער שטאָט ניו־יאָרק, למשל, וועט קאָליע אַליין אָנפֿירן מיט צוויי סעמינאַרן, איינער געווידמעט די ווערק פֿון יוסף אָפּאַטאָשו, און אַ צווייטער געווידמעט שלום אַש. דער אַקטיאָר שיין בייקער וועט פֿירן אַ קורס וועגן די קורצע דערציילונגען פֿון חיים גראַדע. פֿאַר די, וואָס האָבן בעסער ליב צו שפּילן טעאַטער ווי לייענען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, לייגט דער „אַרבעטער־רינג‟, צוזאַמען מיטן „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר טעאַטער‟, פֿאָר אַ טעאַטער־וואַרשטאַט, וואָס דינט אויך ווי אַ שפּראַך־קלאַס. „14 מענטשן, מיט 6 יונגע אַקטיאָרן בתוכם, האָבן אָנטייל־גענומען אינעם קלאַס‟, האָט קאָליע איבערגעגעבן. „דער קורס איז זייער חצלהחדיק. דוד מאַנדעלבאַום, משה יאַסור און שיין בייקער לערנען מיט זיי איינאַקטערס פֿון י. ל. פּרץ. אין פֿעברואַר וועט מען מאַכן אַ פֿאָרשטעלונג מיט די צוויי גרופּעס סטודענטן‟.
כאָטש קאָליע איז שטאָלץ מיט די קלאַסן, וואָס טרעפֿן זיך פּנים־אל־פּנים, איז עס קלאָר בײַם רעדן מיט אים, אַז ער איז ספּעציעל באַגײַסטערט וועגן די ווירטועלע קלאַסן, וואָס ווערן דורכגעפֿירט אויף דער אינטערנעץ. אינעם קומענדיקן זמן וועלן אַ ריי באַקאַנטע לערער אָנפֿירן מיט קלאַסן וועגן ייִדיש און דער ייִדישער ליטעראַטור. פֿאַר אַוואַנסירטע סטודענטן וועט ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי פֿון דער „מעדעם־ביבליאָטעק‟ לערנען אַ קלאַס וועגן די ייִדישע ווערק, וואָס זענען אָנגעשריבן געוואָרן במשך פֿון 1910־1914, האַרט פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה. ד׳׳ר אַבֿרהם ליכטענבוים, דער דירעקטאָר פֿונעם בוענאָס־אײַרעסער „ייִוואָ‟, וועט לערנען צוויי קלאַסן; איינער געווידמעט די השפּעות פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר אויף די ווערק פֿון אַזעלכע שרײַבער ווי איציק מאַנגער, מאַרק וואַרשאַווסקי און יהושע פּערל; און דער צווייטער געווידמעט די מאָנאָלאָגן פֿון שלום־עליכם. וועגן זייערע קורסן האָט קאָליע באַמערקט, אַז „מיר האָבן דעם זכות צו האָבן צוויי גאָר טאַלאַנטירטע און באַרימטע לערער, וואָס האָבן גאָר באַזונדערע סטילן פֿון לערנען, אָבער וואָס זענען ביידע אוצרות‟.
די סטודענטן, וואָס לערנען מיט ניבאָרסקי און ליכטענבוים געפֿינען זיך אין אַלע עקן וועלט. דער „אַרבעטער־רינג‟ האָט געשאַפֿן אַ סטיפּענדיע פֿאַר מיזרח־אייראָפּעיִשע סטודענטן צו נעמען די קלאַסן און ס׳האָבן זיך טאַקע אין זיי באַטייליקט 6 סטודענטן פֿון רוסלאַנד און 5 פֿון אוקראַיִנע, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס אַבֿרהם ליכטענבוימס קלאַסן זענען פֿאָרגעקומען בײַ זיי אין מיטן פֿון דער נאַכט. „די סטודענטן זענען זייער איבערגעגעבן און עס וואַקסט די צאָל יונגע מענטשן‟, האָט קאָליע איבערגעגעבן. „פֿיר דורות מיט אַ מאָל פֿון איבער דער וועלט נעמען אָנטייל אין די ווירטועלע קלאַס־צימערן. די פּראָגראַם דערמעגלעכט, אַז די סטודענטן זאָלן קענען זען איינער דעם אַנדערן, ווי אויך, וואָס עס טוט זיך אויפֿן טאָוול, ווידעאָ און קלאַנג. איך שעפּ אַ סך נחת פֿון די מולטימעדיע־מכשירים, ווײַל די קלאַסן זענען מער עפֿעקטיוו‟.
אַן אַנדער מעלה פֿון די אינטערנעץ־קלאַסן איז, וואָס מע קען גלײַך דערנאָך שיקן די סטודענטן אַ פֿילם פֿונעם קלאַס. קאָליע האָט איבערגעגעבן, אַז ער פֿאַרמאָגט מער ווי 300 שעהען פֿון קלאַסן און באַטראַכט פֿאַרשידענע אופֿנים, ווי אַזוי מע קען זיך שפּעטער טיילן מיט זיי און זיי מאַכן צוטריטלעך פֿאַר אַ ברייטערן עולם. צוליב טעכנישע באַגרענעצונגען קענען בלויז 14 סטודענטן זיך באַטייליקן אין די ווירטועלע קלאַסן מיט אַ מאָל. דאָס פֿאַרעפֿנטלעכן די רעקאָרדירונגען פֿון די אַלטע קלאַסן, וואָלט דערמעגלעכט, אַז וואָס מער מענטשן זאָלן קענען געניסן פֿון זיי.
נאָך די קלאַסן אויף ייִדיש פֿאַר אַוואַנסירטע סטודענטן וועלן אַ רײ לערער אויך לערנען די ייִדישע שפּראַך פֿאַר אָנהייבער און מיטנדיקע סטודענטן. אין ניו־יאָרק וועלן איציק בלימאַן, זיסל סלעפּאָוויטש און פּערל טייטלבוים לערנען די אָנהייבער, און איוו יאָכנאָוויץ וועט לערנען מיט די מיטנדיקע סטודענטן. אויף דער אינטערנעץ וועלן איציק בלימאַן, יורי וועדעניאַפּין און שבֿע צוקער אָנפֿירן מיט די קלאַסן פֿאַר אָנהייבער און מיטנדיקער.
די קלאַסן הייבן זיך אָן אין פֿעברואַר און דויערן ביז יוני. נאָך אינפֿאָרמאַציע: https://circle.org/what-we-do/yiddish-language.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.