ווען גריכישע קבלה טרעפֿט אָן ייִדישע פֿילאָסאָפֿיע

When Greek Kabbalah Met Jewish Philosophy

יוסף דעלמעדיגאָ און וויסנשאַפֿטלעכע אילוסטראַציעס פֿון זײַן ספֿרים
יוסף דעלמעדיגאָ און וויסנשאַפֿטלעכע אילוסטראַציעס פֿון זײַן ספֿרים

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 22, 2016, issue of February 19, 2016.

צווישן די גלייביקע מענטשן, וואָס פֿאָלגן פֿאַרשיידענע רעליגיעזע טראַדיציעס, ווערן אין דער הײַנטיקער תּקופֿה כּסדר געפֿירט דיסקוסיעס וועגן די באַציִונגען צווישן אמונה און וויסנשאַפֿט. צי זענען די דאָזיקע ספֿערעס פֿון דער מענטשלעכער רוחניותדיקער און אינטעלעקטועלער טעטיקייט אין סתּירה איינע מיט דער צווייטער? אָדער פֿאַרקערט, קאָן מען זאָגן, אַז מיסטישע דערפֿאַרונגען זענען אויך אַ מין וויסנשאַפֿט, וואָס פֿאָרשט די אינערלכערע נשמה־וועלט פֿונעם מענטשן. צום בײַשפּיל, קבלה ווערט טראַדיציאָנעל באַטראַכט ווי אַ קאָנקרעטע חכמה און ידיעה. פֿון דער צווייטער זײַט, פֿאַרלאָזט זיך וויסנשאַפֿט אויף געוויסע פֿילאָסאָפֿישע יסודות, וועלכע מע קאָן אויך באַטראַכטן ווי אַ כּמו־רעליגיע; אַזאַ אַרגומענט דערמאָנען אָפֿט די פֿרומע קריטיקער פֿון געוויסע וויסנשאַפֿטלעכע אַנטדעקונגען, וואָס זיי לייקענען אָפּ ווי צווייפֿלהאַפֿטיקע.

פֿונעם 3טן ביזן 5טן סעפּטעמבער, אינעם יאָר 2015, איז אין אַטען פֿאָרגעקומען די אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ „וויסנשאַפֿט און רעליגיע‟. די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן באַטאָנט, אַז גריכנלאַנד איז פֿון קדמונים אָן געווען סײַ דאָס וויגעלע פֿון וועלטלעכע חכמות, סײַ אַ וועלט־צענטער פֿון דער קריסטלעכער ציוויליזאַציע. די גריכישע חכמים האָבן כּסדר באַטראַכט די טעמע פֿון דער הײַנטיקער אונטערנעמונג און האָבן איבערגעלאָזט אַ ריזיקע ליטעראַרישע ירושה אויף דער דאָזיקער טעמע.

דער קאַנאַדישער פּראָפֿעסאָר יעקבֿ ראַבקין, וועלכער האָט רעפּרעזענטירט דעם מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן ייִדישן צד אויף דער קאָנפֿערענץ, האָט מיר נישט לאַנג צוריק צוגעשיקט זײַן אַרטיקל אויף דער טעמע פֿון וויסנשאַפֿט און דער אָרטאָדאָקסישער ייִדישער טראַדיציע. ער האַלט, אַז די קלאַסישע ייִדישע טראַדיציע באַציט זיך סימפּאַטיש צו וויסנשאַפֿטלעכע שטודיעס, אין פֿאַרגלײַך מיט די מיסטיש־געשטימטע חסידים.

אין דער חרדישער וועלט, ווי ראַבקין האָט ריכטיק דערקלערט, שטײַגט איצט אַ שאַרפֿע קעגנערשאַפֿט קעגן ערנסטע וויסנשאַפֿטלעכע שטודיעס. אין דעצעמבער, האָט אַ גרופּע פּראָמענענטע רבנים דורכגעפֿירט אַן אייגענע קאָנפֿערענץ אין בני־ברק, וווּ מע האָט פֿאַרדאַמט די אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען מיט עקסטרעם שאַרפֿע אויסדרוקן. גריכנלאַנד ווערט דאָך אין אַזעלכע קרײַזן היסטאָריש אַסאָציִיִרט מיט די אַפּיקורסישע יוונים. להיפּוך, ווערט אַזאַ „היימישע‟ שטאָט, ווי פּראָג, אַסאָציִיִרט הײַנט מיט דער געוועזענער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע, וווּ ס׳איז אויפֿגעקומען די חרדישע שיטה פֿון ייִדישקייט.

דעם 14טן אָקטאָבער איז פֿאָרגעקומען אַן אַנדער אַקאַדעמישע אונטערנעמונג, וואָס האָט אַ שײַכות מיט ביידע וועלטן. פּראָפֿעסאָר לוקאַש מילעטאַלער, איינער פֿון די מומחים אין ייִדישע שטודיעס בײַם בערלינער „פֿרײַען אוניווערסיטעט‟, איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ לעקציע לכּבֿוד דעם 360־יאָריקן יאָרצײַט פֿון גאָר אַן אינטערעסאַנטן רבֿ, וועלכער האָט מיט גרויס דערפֿאָלג גובֿר געווען די דערמאָנטע סטערעאָטיפּן און געוויזן, ווי אַזוי אַזעלכע ווײַטע לענדער, ווי גריכנלאַנד און טשעכײַ, ווערן צומאָל חידושדיק צונויפֿגעפֿלאָכטן אין דער ייִדישער געשיכטע.

איינער פֿון די באַרימטסטע פּראָגער ייִדן איז געווען הרבֿ יוסף־שלמה דעלמעדיגאָ, באַקאַנט ווי יש״ר מקנדיא. דער דאָזיקער חכם, אַ מיטגליד פֿון אַן אַלטער איטאַליעניש־ייִדישער משפּחה פֿון דאָקטוירים און חכמים, איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1591 אויפֿן גריכישן אינדזל קריט, באַקאַנט בײַ ייִדן ווי קאַנדיע. אַ ייִדישע קהילה האָט עקזיסטירט אויפֿן דאָזיקן אוראַלטן אינדזל מיט איבער 2000 יאָר צוריק און איז געווען באַקאַנט ווי אַ צענטער פֿון קבלה און מיסטישע באַוועגונען.

אינעם 5טן יאָרהונדערט האָט זיך דאָרטן געוויזן אַ געוויסער ייִד מיטן נאָמען משה, וועלכער האָט זיך דערקלערט ווי משיח און האָט מיט דערפֿאָלג געשאַפֿן אַ מאַסן־באַוועגונג, וועלכע האָט אים געפֿאָלגט מיט אַ פֿאַנאַטישן ברען. אינעם 13טן יאָרהונדערט, איז אויף דאָזיקן אינדזל געפֿאָרן אַן אַנדער באַרימטער משיחישער טוער, רבי אַבֿרהם אַבולעפֿיא, האָפֿנדיק צו פֿאַרשפּרייטן דאָרטן זײַנע נבֿואות צווישן די דאָרטיקע מקובלים. אין דעלמעדיגאָס תּקופֿה איז קבלה מיט אַ משיחישן טעם געבליבן גאַנץ פּאָפּולער אין קריט.

שפּעטער איז דעלמעדיגאָ אַוועקגעפֿאָרן קיין פּאַדווע, איטאַליע, וווּ ער האָט שטודירט מעדיצין און אַסטראָנאָמיע מיטן באַרימטן גאַלילעאָ גאַליליי. קריט, באַקאַנט בײַ ייִדן ווי קאַנדיע. ווי אַ געבילדעטער דאָקטער, האָט ער זיך באַזעצט אין ווענעדיק און זיך דאָרטן באַפֿרײַנדעט מיט אַ באַקאַנטן ראַציאָנאַליסטישן קעגנער פֿון קבלה, הרבֿ לעאָן (יהודה־אַריה) פֿון מאָדענע.

אין איטאַליע איז דעלמעדיגאָ זיך פֿאַרזעסן צו לאַנג, און זיך געלאָזן זוכן אַוואַנטורעס און לערנען נײַע חכמות, אַרומפֿאָרנדיק איבער עגיפּטן, מיטל־מיזרח, טערקײַ, מיזרח־אייראָפּע, דײַטשלאַנד און האָלאַנד, וווּ ער איז געוואָרן ברוך שפּינאָזעס רבי. אין רומעניע און פּוילן איז אים נישט געפֿעלן געוואָרן; ער האָט קריטיקירט די דאָרטיקע ייִדן פֿאַר עם־האַרצות און הפֿקרות. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אין יאַס האָט ער זיך באַקענט מיטן מיזרחדיק מקובל רבי יעקבֿ שלמה בן ערבי, אַ גרויסער קענער פֿון מוסולמענישער פֿילאָסאָפֿיע. אונטער דער טערקישער השפּעה, איז בעסאַראַביע דעמאָלט געווען אַ צענטער פֿון קולטור־פֿאַרבינדונגען צווישן מיזרח און מערבֿ.

אַזוי צי אַזוי, האָט ער אָפּגעלעבט זײַנע לעצטע טעג אין פּראָג.

דעלמעדיגאָ האָט איבערגעלאָזט בערך 25 ספֿרים אויף זייער פֿאַרשיידנאַטיקע טעמעס — פֿון מעדיצין, כעמיע, מעכאַניק, מאַטעמאַטיק, אָפּטיקע און אַסטראָנאָמיע, ביז פֿילאָסאָפֿיע, מוזיקאַלישער טעאָריע און קבלה — זײַן באַליבטע טעמע פֿון לימודי־תּורה; ס׳זעט אויס, אַז גמרא האָט אים ווייניק אינטערעסירט. צוליב זײַן קריטיש־וויסנשאַפֿטלעכן צוגאַנג, בלײַבט אָבער נאָך אַלץ אַ קשיא, צי ער איז געווען אַן ערנסטער מקובל. זײַן חבֿר לעאָן פֿון מאָדענע האָט געגלייבט, אַז הגם אין זײַן ספֿר „מצרף לחכמה‟ פֿאַרטיידיקט ער די ייִדישע עזאָטערישע טראַדיציע, למעשׂה מאַכט ער אַן איראָנישן חוזק דערפֿון. ווייניק רבנים, בפֿרט אין מיזרח־אייראָפּע, האָבן אַרויסגעוויזן אַזאַ ברייטע און עקלעקטישע ערודיציע אין אַזויפֿיל פֿאַרשיידענע געביטן. אַ טייל פֿון זײַנע חידושדיקע ווערק, אַרײַנגערעכנט דעם דערמאָנטן ספֿר, קאָן מען געפֿינען אין דער אָפֿענער אינטערנעץ־ביבליאָטעק Hebrewbooks.

וואָס שייך אַסטראָנאָמיע, איז יוסף דעלמעדיגאָ געווען דער ערשטער באַקאַנטער ייִדישער חכם, וואָס האָט אָנגענומען קאָפּערניקס סיסטעם. די אַנדערע רבנים האָבן דעמאָלט ווײַטער געגלייבט, אַז די זון דרייט זיך אַרום דער ערד. ער איז אויך געווען אַ באַגאַבטער שפּראַכן־קענער און געקענט, צום ווייניקסטן לאַטײַן, גריכיש, שפּאַניש און איטאַליעניש.

דעלמעדיגאָ איז, אַוודאַי, נישט געווען די איינציקע ייִדישע פּערזענלעכקייט, וואָס פּאַסט זיך נישט אַרײַן אין די ראַמען פֿון די דערמאָנטע סטערעאָטיפּן. עס וואָלט געווען כּדאַי זיך צו באַקענען מיט אַזעלכע אינטערעסאַנטע פֿאַלן פֿון סײַ ראַציאָנעל־געשטימטע מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, און סײַ די חרדישע שׂונאים פֿון וועלטעלכע חכמות. די ייִדישע געשיכטע איז מער פֿאַרשיידנאַרטיק, ווי די דאָזיקע צוויי היפּוכים.