איך וווין שוין אין באַלטימאָר כּמעט 7 יאָר, מיט מײַן פֿרוי און דרײַ קינדער, אין דער געגנט לעבן דעם אוניווערסיטעט־קאַמפּוס פֿון דזשאַנס־האָפּקינס. דעם 20סטן יאַנואַר בין איך אַרויס פֿון שטוב און זיך געלאָזט גיין אין אַפּטייק, אַ דרײַ־פֿיר קוואַרטאַלן פֿון דער שטוב. מײַן דרײַ־יאָריק טעכטערל איז געבליבן אין דער היים מיט אַ קינדהיטערין. יענעם טאָג, צוליב אַ פֿאַרקילונג און היץ, איז זי נישט געפֿאָרן צו איר טאָגהיים. נאָכן אָפּקויפֿן די מעדיקאַמענטן האָב איך בדעה געהאַט צו פֿאָרן צו דער אַרבעט, מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג.
ס’איז געווען צווישן די ערשטע סאַמע קאַלטע טעג פֿון ווינטער, בין איך געגאַנגען מיט אימפּעט, אָנגעטאָן אין אַ וואַרעמען מאַנטל, די הענט טיף אַרײַנגערוקט אין די קעשענעס. נישט גערעדט מיט קיינעם, און ווי מײַן שטייגער איז, דעם קאָפּ אָנגעבויגן צו דער ערד. פֿון געבוירן אָן בין איך אַ קורצזיכטיקער; האָב איך נישט באַמערקט דעם פּאָליציאַנט, וואָס איז געשטאַנען אויפֿן ראָג פֿון דער גאַס, ביז ער האָט צו מיר פּלוצעם אַ זאָג געטאָן: „איך דאַרף דיר פֿאַרקייטלען די הענט.‟
„וואָס?… — האָב איך קוים אַרויסגעהיקעט. מיר איז אַדורכגעפֿלויגן אין קאָפּ דער תּמעוואַטער געדאַנק, אַז דאָס מוז זײַן אַ בלאָף. אַן אמתע מענטע וואָלט אַזאַ פּאַרשוין ווי איך, גאָט די נשמה שולדיק, נישט פֿאַרקייטלט די הענט גלאַט אין דער וועלט אַרײַן. אַזוי איז אָבער טאַקע געשען.
„ווער האָט דיר געגעבן דאָס פּילן־פֿלעשל?‟ — האָט ער אַ פֿרעג געטאָן.
„וואָס? ווער? קיינער נישט. וואָסער פֿלעשל?‟
און ער פֿרעגט ווײַטער:
„וואָס האָט דער יאַט דיר געגעבן? אַ ציגאַרעט?‟
„ניין!‟ — האָב איך געטענהט. — „גאָרנישט… קיין ציגאַרעט נישט. מיט קיינעם נישט גערעדט…‟
די גאַנצע מעשׂה האָט זיך אָפּגעשפּילט במשך פֿון 5־10 מינוט, נישט מער. ווען איך וואָלט געהאַט אַ רויִקן געמיט, אָדער מער מוט, וואָלט איך געשריגן חי-וקיים.
„וואָס טוסטו? לאָז מיך אָפּ!‟
ווי אַ ליימענער גולם, בין איך געשטאַנען, בשעת ער האָט מיר באַטאַפּט מײַנע קעשענעס.
„האָסט דעם אײַ־די [לעגיטימאַציע]?‟
„יאָ…‟ — רוף איך זיך אָפּ, מיינענדיק, אַ ער וועט מיך כאָטש באַפֿרײַען פֿון די קייטלען, כ’זאָל אים דערלאַנגען דעם טײַסטער. נאָר, ניין, ער איז סתּם אַרײַן מיט דער האַנט צו מיר אין דער הינטערשטער קעשענע, אַרויסגענומען דעם טײַסטער.
דאָס אַלץ אָן אַ דערלויבעניש, אָן אַ פֿאַר וואָס, אָן אַ פֿאַר ווען, אָן אַ דערקלערונג. בײַם סוף, דאַכט זיך, אַז די מענטע האָט אײַנגעזען, אַז כ’בין נישט דער, וועמען ער זוכט, האָט ער מיך באַפֿרײַט פֿון די קייטלען און געלאָזט גיין. מלא־כּעס, האָב איך געבעטן זײַן אָפּצייכן־נומער און געשטעלט פֿיס.
כ’מוז אונטערשטרײַכן, אַז כ’בין מער ברוגז ווי פּערזענלעך געטראָפֿן; די דאָזיקע מעשׂה גיב איך איבער צוליב דער „ווײַסער פּריווילעגיע‟. מיט איין וואָרט, אַזעלכע „חתונות‟ שפּילן זיך אָפּ טאָג אײַן טאָג אויס אין אונדזער „שטאָט פֿון חן‟, נאָר אויפֿן חשבון פֿון די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער, אָפֿט מאָל אָרעמע-לײַט, וואָס האָבן ניט דעם כּוח און זיכערקייט אַרײַנצוגעבן אַ תּבֿיעה (ווי איך האָב עס געטאָן) צו דער פּאָליציי, אָדער צעפּויקן זייער איבערלעבענישן דורך דער סאָציאַלער מעדיאַ.
מײַן איבערלעבעניש, ווי מיאוס עס זאָל נישט האָבן געווען, איז גאָרנישט כּנגד די אונטערזוכונגען, גוואַלד-מעשׂים, שיסערײַען, קלעפּ און מאָרדן, וואָס די שוואַרצע לײַט פֿון באַלטימאָר מוזן אויסשטיין מיט אַ טראַגישער אָפֿטמאָליקייט בײַ די, וואָס דאַרפֿן זיי על־פּי דין שטיצן און באַשיצן.
זינט יענעם אינצידענט האָט די פּאָליציי אָנגעהויבן אויספֿאָרשן דעם פֿאַל, און דער קאָמאַנדיר פֿונעם דיסטריקט, דער נאַטשאַלניק פֿון דעם „פֿאַרקייטלער‟, האָט צו מיר אָנגעקלונגען אויסצודריקן, אויב נישט קיין אויפֿריכטיקע אַנטשולדיקונג, איז אַ פּרוּוו אויף אַ תּירוץ. איז מיר ווידער אײַנגעפֿאַלן: אויב די באַלטימאָרער פּאָליציי מוז אויסצאָלן כּמעט צוויי מיליאָן דאָלער אַלע יאָר אויסגלײַכגעלט, איז וויפֿל אַזעלכע פֿאַלן דערגייען נישט צו די געריכטן? וויפֿל ווערן אין גאַנצן פֿאַרשוויגן, ווײַל די געטראָפֿענע זײַנען נישט אָנגעזעענע, ווײַסע האָפּקינס־דאָקטוירים?
כ’האָב בדעה די פּאָליציי אָנצוקלאָגן אין געריכט, נישט חלילה על מנת לקבל פּרת, נאָר כּדי מע זאָל זיי צודריקן צו ביסלעך, און צווינגען צו בײַטן זייער אויפֿפֿיר און גוואַלדאָוונע באַהאַנדלונג פֿון די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער אין אונדזער שטאָט. מײַן פּריווילעגיע וויל איך אויסנוצן צום גוטן; ווײַל, ווען איך האָב טונקעלע הויט, ווער ווייסט, וואָס וואָלט מיט מיר געשען יענעם אין דער פֿרי?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.