די ראָלע פֿון ייִדיש אין „דער זון פֿון שאול‟

The Role Yiddish Plays in "Son of Saul"

מענדי כּהנא (צווייטער פֿון רעכטס) און געזאַ ראָריג, וואָס שפּילט שאול (אין מיטן), קוקן אַן אויסצוג פֿונעם פֿילם בעת אַ רעפּעטיציע, מײַ 2014, אין בודאַפּעשט
Ildi Hermann
מענדי כּהנא (צווייטער פֿון רעכטס) און געזאַ ראָריג, וואָס שפּילט שאול (אין מיטן), קוקן אַן אויסצוג פֿונעם פֿילם בעת אַ רעפּעטיציע, מײַ 2014, אין בודאַפּעשט

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published January 24, 2016, issue of February 19, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

מענדין איז דער פּראָיעקט געפֿעלן געוואָרן און ער האָט זיך גלײַך גענומען צו דער אַרבעט. „יעדעס וואָרט און יעדע שורה האָט מען אַרומגערעדט‟, האָט מענדי געזאָגט. איין פֿראַגע איז געווען, ווי אַזוי איבערצוזעצן דאָס וואָרט rabbi. אינעם פֿילם געפֿינט שאול אַ טויט ייִנגל, וואָס איז, ווי עס דאַכט זיך אים, זײַן זון, און ער באַשליסט, אַפֿילו אויב ער איז אַ סעקולערער ייִד, אַז ער מוז געפֿינען אַ רבֿ אין אוישוויץ, כּדי צו באַגראָבן דאָס קינד אויפֿן ייִדישן שטייגער. אָבער אַנשטאָט דעם וואָרט „רבֿ‟ האָט מענדי פֿאָרגעלייגט דאָס וואָרט „רבי‟ — פּשוט, ווײַל ס׳איז ענלעכער צום אונגערישן „ראַבי‟ און ענגלישן „ראַבײַ‟.

„מיר האָבן געוואָלט, אַז דאָס וואָרט זאָל קלינגען באַקאַנט פֿאַר די צוקוקער, וואָס פֿאַרשטייען נישט קיין ייִדיש,‟ האָט ער דערקלערט.

מענדי האָט אויך אויסגעפֿאָרשט די ייִדישע טערמינען, וואָס מע האָט טאַקע געניצט אין געטאָ און אין לאַגער, מיט דער הילף פֿון צוויי ביכער: „דאָס פֿאָלקס־מויל אין נאַצי־קלעם: ריידענישן אין געטאָ און קאַצעט‟ פֿון ישׂראל קאַפּלאַן (מינכן, 1949), און „ווערטער און ווערטלעך פֿון דער חורבן־תּקופֿה‟, פֿון נחמן בלומענטאַל („פּרץ־פֿאַרלאַג‟, תּל־אָבֿיבֿ, 1981).

אין לאַגער האָט מען, למשל, געניצט דעם טערמען „דאָס האַרטע‟ אָדער „די קלינגערס‟ אין שײַכות מיטן גאָלד אָדער זילבער, וואָס די קאַצעטניקעס האָבן געזוכט אָדער געגנבֿעט, כּדי צו קויפֿן אַ שטיקל ברויט אָדער אונטערצוקויפֿן די וועכטער. גאָלד איז דאָרט געווען אַ מער ניצלעכע וואַלוטע, איידער דאָס פּאַפּירענע געלט.

אמיתּי קדר, וואָס שפּילט הירש אינעם פֿילם
Sonyclassics.com
אמיתּי קדר, וואָס שפּילט הירש אינעם פֿילם

אין איין סצענע, ווען די זאָנדערקאָמאַנדאָ האַלט בײַם פּלאַנירן אַ ווידערשטאַנד קעגן די נאַציס, גייט הירש (געשפּילט פֿונעם ישׂראלדיקן אַקטיאָר אמיתּי קדר) צו צו די אַנדערע מיטגלידער פֿון דער זאָנדערקאָמאַנדאָ, זאַמלענדיק די צירונג, וואָס זיי האָבן געפֿונען אין די קעשענעס פֿון די אומגעקומענע. הירשס ציל איז צו שאַפֿן גענוג „פֿאָנדן‟ אויף אונטערצוקויפֿן די וועכטער, ווײַל אָן דעם קאָן מען קיין ווידערשטאַנד נישט דורכפֿירן. „גיב אַהער די קלינגערס,‟ באַפֿעלט ער די אַנדערע אויף דרום־ייִדיש. „עפּעס מוזסטו האָבן אין די מאַטראַצן… אין די זאָקן…‟

בײַ עמיתּי קדר איז דאָס אויפֿטרעטן אויף ייִדיש נישט קיין נײַעס. שוין 15 יאָר וואָס דער 45־יאָריקער אַקטיאָר באַטייליקט זיך אין די פֿאָרשטעלונגען פֿון „ייִדישפּיל‟ אין ירושלים, אָנהייבנדיק פֿון דער פֿאָרשטעלונג „קוני לעמל‟. בעת אַ לענגערן באַזוך אין ניו־יאָרק פֿון 2003־2006, האָט ער אויך געשפּילט אין דער „פֿאָלקסבינע‟, אין דער פּיעסע „די נעקסט־דאָרקע‟.

„איינע פֿון די זאַכן, וואָס מאַכט דעם פֿילם אַזוי רעאַליסטיש, איז אַז מע רעדט דאָרט אַ סך שפּראַכן, ווײַל די מענטשן, וואָס מע האָט זיי דעפּאָרטירט אין לאַגער, זענען טאַקע געקומען פֿון אומעטום,‟ האָט אמיתּי באַמערקט. „ס׳האָט אויסגעזען ממש ווי בײַם בבֿל־טורעם.‟

אַמיתּי האַלט, אַז דער פֿאַקט, וואָס דער פֿילם קריגט איצט אַזוי פֿיל אויפֿמערק איז זייער גוט פֿאַרן סטאַטוס פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. „ווייניק מענטשן ווייסן, ווי פֿאַרשפּרייט איז ייִדיש געווען אין אייראָפּע פֿאַר דער מלחמה,‟ האָט ער געזאָגט. „איך האָב שטאַרק ליב די ייִדישע קולטור און דערפֿאַר איז דאָס באַטייליקן זיך אינעם פֿילם געווען בײַ מיר זייער אַן עמאָציאָנעלע איבערלעבונג.‟