ייִדישע פֿאַרלאַגן אין שיקאַגע

Yiddish Publishing in Chicago

ייִדישע ביכער פֿון שיקאַגע אויף דער הײַנטיקער אויסשטעלונג
ייִדישע ביכער פֿון שיקאַגע אויף דער הײַנטיקער אויסשטעלונג

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 24, 2016, issue of February 19, 2016.

דעם 8טן יאַנואַר האָט זיך אויפֿן דריטן שטאָק פֿון דער ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען פֿון יוסף רעגענשטיין בײַם שיקאַגער אוניווערסיטעט געעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿון די אָרטיקע אויסגאַבעס אויף ייִדיש. די אויסשטעלונג וועט בלײַבן אָפֿט ביזן 20סטן מאַרץ.

אין איר אינטערנעץ־אַנאָנס וועגן דער נײַער אויסשטעלונג, דערמאָנט סאָני יודקאָף, די ייִדיש־לערערין בײַם שיקאַגער אוניווערסיטעט, אַז דער באַקאַנטער ייִדישער פֿאַרלעגער ל. מ. שטיין האָט אינעם יאָר 1927 געשריבן, אַז ווען ער גיט אַרויס אַ שיין בוך, איז עס פֿאַר אים דער גרעסטער סימן פֿון דרך־ארץ און ליבשאַפֿט צו ייִדיש. די פּרעכטיקע אילוסטראַציעס זענען, אַוודאי, זייער אַ וויכטיקער טייל פֿון די ביכער, וואָס קאָנען צוגעבן אַ באַזונדערן גראַפֿישן שיכט צום סוזשעט פֿונעם טעקסט.

אינעם יאָר 1908 איז יצחק־לייב פֿראַדקין, אַ ראַדיקאַל־לינקער ייִד פֿון אוקראַיִנע, אַ געוועזענער מיטגליד פֿון וולאַדימיר לענינס פֿראַקציע אין דער רעוואָצויאָנערער צײַטונג „איסקראַ‟, אָנגעקומען קיין אַמעריקע און האָט ממשיך געווען זײַן ראַדיקאַלע טעטיקייט אין שיקאַגע. אין זײַן יוגנט, איז פֿראַדקין געווען אַ פֿאַרברענטער אַסימילאַטאָר און געגלייבט, אַז ייִדן דאַרפֿן רעדן אויף רוסיש. שפּעטער האָט ער זיך אָבער פֿאַרליבט אין ייִדיש און געוואָרן אַ מיליטאַנטישער ייִדישיסט און אַ חסיד פֿון חיים זשיטלאָווסקיס שיטה פֿון גלות־נאַציאָנאַליזם. זײַן ייִדישע קולטור־טעטיקייט האָט ער געפֿירט אונטערן נאָמען ל. מ. שטיין און אינעם יאָר 1926 געעפֿנט אין דער שטאָט זײַן אייגענעם פֿאַרלאַג.

יעדעס מאָל, ווען שטיין האָט רעדאַגירט פֿילאָסאָפֿישע עסייען, זאַמלונגען פֿון אָרטיקע ייִדישע פּאָעטן, רעוואָלוציאָנערע פֿאַמפֿלעטן אָדער פּיעסעס, האָט ער געשטרעבט צו באַגלייטן זײַנע ביכער מיט שיינע בילדער. אַפֿילו הײַנט, ווי עס באַמערקט סאָני יודקאָף, בלײַבט אַ סך פֿון די בילדער וווּנדערלעכע מוסטערס פֿון גראַפֿישער קונסט. תּודרוס געלער, אַ לינקער ייִדישער רעוואָלוציאָנער און באַגאַבטער קינסטלער, אַ געבוירענער אויך אין אוקראַיִנע, איז געווען אַ שטענדיקער שותּף פֿון ל. מ. שטיינס פֿאַרלאַג.

פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה זענען אין שיקאַגע געווען צום ווייניקסטן אַ טוץ אַנדערע ייִדישע פֿאַרלאַגן, וועלכע האָבן רעפּרעזענטירט פֿאַרשיידענע קולטורעלע צוועקן און פּאָליטישע דעות. צום בײַשפּיל, האָט דער פֿאַרלאַג „נײַע געזעלשאַפֿט‟ איבערגעזעצט אויף ייִדישן און אַרויסעגעגעבן אינעם יאָר 1923 ברוך שפּינאָזעס קלאַסיש פֿילאָסאָפֿיש ווערק „עטיק‟, אָנגעשריבן אין 1677. מיט אַ צענדליק יאָר שפּעטער, האָט „אַרבעטער־וועלט‟ אָפּגעדרוקט אַ זאַמלונג פֿון חנעוודיקע קינדער־לידער פֿון משה באָגדאַנסקי, אַ לערער אין אַן אָרטיקער שול פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟.

יודקאָף דערקלערט, אַז די ייִדישע טיפּאָגראַפֿיעס אין שיקאַגע האָבן געהאַט ווייניק קאָנטאַקטן מיט די אָרטיקע באַקאַנטע ענגלישע פֿאַרלעגער. ס׳איז געווען אַ וועלט פֿאַר זיך, אָנגעזאַפּט מיט דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור און רעוואָלוציאָנערע טענדענצן. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט זיך אין דער שטאָט אויפֿגעהויבן אַ נײַע כוואַליע פֿון ייִדישער ביכער־דרוקערײַ, אָפֿטמאָל פֿאַרבונדן מיט די חורבן־זכרונות. עס זענען אַרויס יזכּור־ביכער וועגן פֿאַרשיידענע פֿאַרטיליקטע ייִדישע קהילות. ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה און די ניצול־געוואָרענע אימיגראַנטן האָבן געפּרוּווט צו אילוסטרירן זייערע ווערק אויפֿן שענסטן אופֿן.

די באַזוכער פֿון דער נײַער אויסשטעלונג קאָנען זיך באַקענען מיט דער אַמאָליקער וועלט פֿונעם ייִדישן בוך אין שיקאַגע. צום בײַשפּיל, האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן געוויזן די דערמאָנטע ייִדישע אויסגאַבע פֿון שפּינאָזעס לאַטײַניש ווערק אָדער אַ פּאָעטישע אַנטאָלאָגיע פֿון „מיטוועסט און מײַרעוו‟. אין געוויסע לינקע קרײַזן פֿלעגן די אַמעריקאַנער ייִדן שרײַבן דאָס וואָרט „מערבֿ‟ אויפֿן פֿאָנעטישן שטייגער, ווי אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אַן אַנדער עקספּאָנאַט, דאָס יזכּור־בוך פֿון זעלעכאָף, דערמאָנט אונדז, אַז אַ דאַנק דער טעטיקייט פֿון דער שיקאַגער ייִדישער אינטעליגענץ האָבן זיי געשאַפֿן אין דער שטאָט אַן אינדזל פֿון דער אומגעבראַכטער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער וועלט.