לעצטנס איז אויסגעפֿאַלן די נאַציאָנאַלע חגא לזכר דעם אָנדענק פֿון מאַרטין לוטער קינג. כּדי אָפּצומערקן די חגא און פֿײַערן קינגס געבוירנטאָג האָט די „פֿאָלקסבינע‟, צוזאַמען מיטן „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟ און „די פֿונדאַציע פֿאַר צווישן־עטנישער פֿאַרשטענדיקונג‟ פֿאָרגעשטעלט אַ קאָנצערט, וואָס האָט צונויפֿגעבונדן די מוזיק פֿון די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער און ייִדישע טראַדיציעס אויף אַן אוניקאַלן אופֿן.
די פּראָגראַם, מיטן נאָמען Soul to Soul (נשמה צו נשמה) שטעלט פֿאָר די „פֿאָלקסבינע‟ שוין עטלעכע יאָר. ס׳איז אָבער געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס איך האָב געהאַט דעם זכות צו זען דעם ספּעקטאַקל און איך מוז מודה זײַן פֿון פֿריִער, אַז כאָטש איך האַלט שטאַרק פֿון אַלע רעגולערע „פֿאָלקסבינע‟־קאָנצערטן („געטאָ־טאַנגאָ‟, די חנוכּה־קאָנצערטן און אַזוי ווײַטער), מיין איך אַז „נשמה צו נשמה‟ איז דער שטאַרקסטער פֿון זיי אַלע.
די פּראָגראַם, פֿאַרטראַכט פֿון זלמן מלאָטעק מיט זײַנע אייגענע מוזיקאַלישע אַראַנזשירונגען, וועבט צונויף לידער אויף ייִדיש און ענגליש אין פֿאַרשידנאַרטיקע מוזיקאַלישע זשאַנערן אַזוי ווי „קלעזמער‟, „דזשעז‟, „גאָספּעל‟, „פֿאָלק‟ און „סאָול‟ אָן קיין שום סתּירות. נאָכן ערשטן שאָק פֿון דערהערן באַקאַנטע אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער לידער אויף ייִדיש הייבט עס אין גיכן אָן צו קלינגען אין גאַנצן נאַטירלעך, ווי עס וואָלט געווען אַ טאָג־טעגלעכע דערשײַנונג, אַז מע זאָל זינגען אַזעלכע לידער פֿון לויִ אַרמסטראָנג ווי When the Saints Go Marching In (אַז די צדיקים קומען אָן) און What A Wonderful World (ס׳אַראַ פּרעכטיקע וועלט) אויף מאַמע־לשון.
אַנדערע צונויפֿפּאָרונגען קלינגען אַ ביסל מער נאַטירלעך בלויז נאָך דעם, וואָס די זינגער דערקלערן די פֿאַרבינדונגען צווישן די לידער. דער באַקאַנטער דזשעז־זינגער קעב קאַלאָוויי, למשל, האָט ווי אַ קינד אין באַלטימאָר זיך אויסגעלערנט אַ נוסח פֿונעם ייִדישן פֿאָלקסליד „אָט אַזוי נייט אַ שניידער‟ פֿון זײַן מאַמע, וואָס האָט עס, אַ פּנים, זיך אויסגעלערנט פֿון זייערע ייִדישע שכנים. קאַלאָוויי האָט מיט יאָרן שפּעטער אַליין אַרײַנגעוועבט דעם ניגון פֿונעם ליד און אַפֿילו דעם לידס רעפֿריין אויף ייִדיש (אַרויסגערעדט מיט אַ ליווישן אַרויסרעד: „אָט אַזיי‟) אין זײַן שלאַגער „Utt-da-zay‟.
טאָני פּערי, אַן אָפֿטער אַקטיאָר און זינגער אויף „בראָדוויי‟, וואָס האָט זיך אויסגעלערנט אַרויסצורעדן ייִדיש, כּדי צו שפּילן אַ ראָלע אין אַ פּיעסע, וואָס האָט געפֿאָדערט אַ ייִדיש־רעדנדיקן אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער אַקטיאָר, האָט אויסערגעוויינטלעך פֿאָרגעשטעלט דאָס ליד, סײַ אין קאַלאָווייס נוסח און סײַ אינעם ייִדישן אָריגינאַל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.