מאַרק צוקערבערג, וואָס איז הײַנט 31 יאָר אַלט (און פֿאַרמאָגט אַן ערך 46 ביליאָן דאָלאַר), האָט געשאַפֿן דאָס וועבזײַטל „פֿייסבוק‟ אין 2004, ווען ער איז נאָך געווען אַ יונגער סטודענט אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט. דערווײַל האָט זײַן באַשעפֿעניש זיך אויפֿגעבלאָזן אין אַ ריזיקער אימפּעריע מיט איבער 1.2 ביליאָן מיטגלידער איבער דער גאָרער וועלט — כּמעט 17% פֿון דער מענטשהייט!
ניט געקוקט אויף צוקערבערגס ייִדישקייט, זײַנען די ייִדן בלויז אַ קליינטשיקער פּראָצענט פֿון דער דאָזיקער מאַסע, און די ייִדן, וואָס רעדן ייִדיש, — נאָך אַ קלענערער. ערשטנס, האָבן אַ סך פֿון די פֿאַרבליבענע ייִדיש־רעדער הײַנט מתושלחס יאָרן און זיי זײַנען מערסטנס ניט באַקאַנט מיט די טעכנאָלאָגישע חידושים פֿון די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר. („קאָמפּיוטערס? פֿע!‟)
צווייטנס, זײַנען אַ סך אַנדערע ייִדיש־רעדער חסידים, וואָס אָדער זיי האָבן ניט קיין צוטריט צו דער אינטערנעץ („קאָמפּיוטערס? פֿע!‟), אָדער זיי זײַנען אַקטיוו, דער עיקר, אויף אַנדערע וועבזײַטלעך, ווי „אײַ־וועלט‟ און „קאַווע־שטיבל‟. די „פֿייסבוק‟־סבֿיבֿה איז צו אָפֿן פֿאַר אַפּיקורסות און פֿרײַע מיינונגען, אַז אַן אמתער פֿרומאַק זאָל זיך דאָרט פֿילן אין דער היים.
פֿון דעסטוועגן, איז „פֿייסבוק‟ געוואָרן אַ וויכטיק סאָציאַל און נײַעס־מיטל פֿאַר אונדזערע וועלטלעכע ייִדישיסטן, ווײַל ס׳איז פֿאָרט דער בעסטער אופֿן צו בלײַבן אין פֿאַרבינדונג מיט אַ סך מענטשן, פֿאַרשפּרייט איבער פֿאַרשיידענע שטעט, לענדער, און קאָנטינענטן. אַז מע וויל באמת וויסן וואָס ס’טוט זיך אין דער ייִדיש־וועלט, דאַרף מען: א) לייענען דעם „פֿאָרווערטס‟, און ב) לייענען „פֿייסבוק‟. ייִדיש איז דאָרט אַפֿילו איינע פֿון די אָנגענומענע שפּראַכן, אַזוי אַז ס׳איז מעגלעך צו מאַכן, אַז כּמעט דער גאַנצער אָפֿיציעלער טעקסט פֿונעם וועבזײַטל זאָל זיך באַווײַזן אַויף ייִדיש.
צום באַדויערן, הינקט אונטער די שפּראַך פֿון דעם דאָזיקן ייִדיש־„פֿייסבוק‟, ווײַל די איבערזעצונג האָבן געמאַכט אָדער גרויסע עמי־הארצים, אָדער עפּעס אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם — אָדער ביידע. למשל, פֿאַרן באַגריף News Feed — דאָרט וווּ די לעצטע נײַעס באַווײַזן זיך — האָט מען געשטעלט „נײַעס־קאָרמע‟, ד”ה ווערטערלעך איבערגעזעצט feed מיט „קאָרמע‟, וואָס מע גיט חיות צו עסן. ס׳איז אויך דאָ אַ „זײַטן־קאָרמע‟ (Pages Feed), אַ „רעדאַקטירונגען פֿירלייגן‟ (Suggest Edits), „דאַטנשיץ־דורכוועגן‟ (Privacy Shortcuts), און נאָך אַזעלכע „וואָרטמאָנסטערס‟, וואָס קיין ייִדיש־קענער וועט ניט ברענגען אויף די ליפּן.
די „ייִדיש־ליגע‟ פּרוּווט איצט אונדז אויסלייזן פֿון דער דאָזיקער מכּה און האָט צוגעשטעלט פֿרישע טערמינען, וואָס זייערע מומחים האָבן געשאַפֿן מיט שׂכל און מיט אַ ייִדישן טעם. מיר גיבן זיי אונטן מיט אַ ביסל קאָמענטאַר:
Facebook (n): דער) פֿייסבוק)
אין כּמעט אַלע שפּראַכן הייסט די וועבזײַט ווי אויף ענגליש, איז ניטאָ קיין סיבה, פֿאַר וואָס ייִדיש דאַרף זײַן אַנדערש. פֿון דעסטוועגן, הערט מען אַ מאָל אויך „פּנים־בוך‟ — געוויינטלעך ווי אַ וויץ, אָבער ניט אַלע מאָל. די לעצטע יאָרן ווײַזט אונדזער ייִדיש ניט אַרויס צו פֿיל ספּאָנטאַנע שעפֿערישקייט פֿון דעם מין, איז כּדאַי אָפּצוהיטן דאָס ביסל וואָס איז יאָ דאָ — וואָלט מען אויך געמעגט צוגעבן: (דאָס) פּנים־בוך.
Facebook (v.): אויפֿזוכן אויף פֿייסבוק; שיקן (+ דאַט׳) אַ בריוול אויף פֿייסבוק
(Facebook) friend: דער פֿייסבוק־חבֿר
chat: שמועסן
דאָס וואָרט chat איז אַרײַן אין אַ סך שפּראַכן מיט דעם דאָזיקן ספּעציפֿישן באַטײַט (די דײַטשן זאָגן chatten און די רוסן сидеть в чате „זיצן אין טשעט‟) — וואָלט ניט געשאַט ווען מיר זאָגן אויך: טשעטן (וואָס פֿאַקטיש זאָגן מיר עס שוין איצט).
comment thread: דער פֿאָדעם קאָמענטאַרן
delete a post: אָפּמעקן אַ מעלדונג
אַזוי ווי chat, איז post אויך אַרײַן אינעם הײַנטיקן באַנוץ (רוסיש пост, העברעיִש פוסט אאַז״וו). אַ „פּאָסט‟ קען זײַן אַ בילד, אַן אַרטיקל, אַ ליד — ניט דווקא אַ מעלדונג.
edit profile: רעדאַקטירן דעם פּראָפֿיל
event: דאָס געשעעניש; די אונטערנעמונג
feed: דער שטראָם
פֿײַן!
follow sb. (on Facebook): (אַבאָנירן (+ אַק׳
ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז ייִדן וועלן אָנהייבן זיך צו „אַבאָנירן‟ אויף פֿייסבוק. ס׳איז גענוג שווער צו פּועלן, אַז זיי זאָלן אַבאָנירן אַ צײַטונג! איך מיין, אַז דאָס בעסטע, אויף וואָס מע קען זיך ריכטן, איז דאָס דײַטשמערישע „פֿאָלגן‟ אָדער „נאָכפֿאָלגן‟, וואָס דאָס איז כאָטש עטימאָלאָגיש פֿאַרבונדן מיטן ענגלישן follow.
friend (v.)/add as a friend: צוגעבן (+ אַק׳) ווי אַ חבֿר
אויך: באַפֿרײַנדן, באַחבֿרן IM (v.): אײַ־עמעװען; שיקן אַן אײַ־עם
„אײַ־עמען‟ איז בעסער ווי „אײַ־עמעווען‟.
like: (לײַקן; שטעלן אַ לײַק (בײַ
log in (to): (אַרײַנשרײַבן זיך (אין); אַרײַנלאָגירן (אין
message: דאָס בריוול; דער אָנזאָג
newsfeed: דער נײַעסשטראָם
post(ing): די מעלדונג
זען אויבן.
privacy settings: פּריוואַטקייט־פֿיקסירונגען
מיט די „פֿיקסירונגען‟ איז מסתּמא פֿאַרפֿאַלן. איצט שטייט דאָרט „אײַנשטעלונגען‟, וואָס איז דײַטשמעריש, אָבער האָט די מעלה וואָס עס עקסיסטירט כאָטש. ס׳איז אויך דאָ: קאָנפֿיגוראַציע.
reply (to): (ענטפֿערן (אויף
share: (איבער)מעלדן; טיילן זיך (מיט)
Skype (n.): דער) סקײַפּ)
Skype (v.): רעדן סקײַפּיש; סקײַפּן
„סקײַפּיש‟ איז פֿײַן!
timeline: די כראָנאָלאָגיע; די צײַטליניע
ביידע זײַנען בעסער ווי דער איצטיקער „צײַטשטראַל‟, רחמנא־לצלן.
unlike: צוריקציִען דעם לײַק
אַ ביסל אומגעלומפּערט. אפֿשר סתּם „אַנלײַקן‟ — איך האָב עס „אַנלײַקט‟? אָדער אַפֿילו „אומלײַקן‟ — „איך האָב עס אומגעלײַקט‟?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.