אין דער געשיכטע פֿון רוסישע אָדער רומענישע ייִדן טרעפֿן זיך געוויסע יחידים, וואָס האָבן זיך, נעבעך, געשמדט און זענען געוואָרן פּראַוואָסלאַוונע קריסטן. מיט 100 יאָר צוריק האָט זיך אין אַמעריקע געשאַפֿן אַ גאַנצער קרײַז מיסיאָנערן, וואָס האָבן פֿאַרשפּרייט קריסטלעכע בראָשורן און אָנגעשריבן גאַנצע ביכער אויף ייִדיש. געוויינטלעך, זענען אַזעלכע טוער אָבער נישט געווען פּראַוואָסלאַוונע, נאָר פֿאַרשיידענע סאָרטן פּראָטעסטאַנטן. אַזוי צי אַזוי, האָט די רוסישע פֿירמע Flarus, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט פּראָפֿעסיאָנעלע איבערזעצונגען, פֿאַרחידושט די לייענער פֿון איר וועבזײַט מיט דער ידיעה, אַז הײַנט ווערט ייִדיש אַקטיוו באַנוצט „צווישן די פֿאָרשטייער פֿון דער פּראַוואָסלאַוונער ייִדישער קהילה‟. אַזוי שטייט געשריבן אין אַ נײַעס־אַרטיקל פֿונעם 17טן יאַנואַר.
יוליאַ וואָלגינאַ, די מחרבטע פֿונעם דאָזיקן חידוש, שרײַבט כּסדר קליינע אַרטיקלען אויף דעם נײַעם־אָפּטייל פֿון דער דערמאָנטער פֿירמע. ס׳רובֿ אירע נאָטיצן האָבן צו טאָן מיט פֿאַרשיידענע טשיקאַווע שוועריקייטן, אויף וועלכע עס קאָן זיך אָנשטויסן אַן איבערזעצער פֿון ענגליש. אַ גוטער בײַשפּיל פֿון אַזעלכע טשיקאַווע גרײַזיקע איבערזעצונגען שטעקט אין אירע הײַנטיקע עם־הארצישע ווערטער וועגן ייִדיש.
ווי ס׳איז באַקאַנט, רעדן הײַנט אויף ייִדיש אַ גאַנצע ריי חסידישע קהילות; די חסידים זענען דאָך אַ טייל פֿונעם אָרטאָדאָקסישן ייִדנטום; די פּראָוואָסלאַוונע קריסטן ווערן אויף ענגליש אויך באַצייכנט ווי אָרטאָדאָקסישע. אויב איר שרײַבט אַרײַן אין דער איבערזעצונג־פּראָגראַם פֿונעם „גוגל‟ די פֿראַזע „אַן אָרטאָדאָקסישע קהילה‟ אויף ייִדיש, און בעט די נאַרישע מאַשין עס אָפּצוטײַטשן אויף רוסיש, ענטפֿערט אײַך דער „גוגל‟, אַז די דאָזיקע פֿראַזע מיינט „אַ פּראָוואָסלאַוונע צערקווע‟. בעת דער איבערזעצונג־פּראָצעס, ווערט ענגליש באַנוצט ווי אַ פֿאַרמיטלער־שפּראַך, און צוליב דער דערמאָנטער צוויי־זיניקייט פֿונעם ענגלישן וואָרט „אָרטאָדאָקסיע‟ באַקומען זיך אַזעלכע אומגעלומפּערטער פֿראַזעס.
אַ דאַנק דעם דערמאָנטן עם־הארצישן אַרטיקל אויף רוסיש האָט זיך אונדזער רעדאַקציע דערוווּסט, אַז ווען מע שטעלט אַרײַן אונדזערע אַרטיקלען וועגן פֿרומע ייִדן אין דער איבערזעץ־פּראָגראַם בײַם „גוגל‟, כּדי איבערצוטײַטשן זיי אויטאָמאַטיש אויף רוסיש, ווערן די דערמאָנטע פּערזענלעכקייטן כּסדר „געשמדט‟ און פֿאַרוואַנדלט אין פּראַוואָסלאַוונע. נישט אומזיסט טענהן די חסידישע קענגער פֿון דער אינטערנעץ, אַז אין די הײַנטיקע טעכנאָלאָגיעס שטעקט אַ שרעקלעכער כּוח פֿון שמד!
ערנסט גערעדט, דינען אַזעלכע אַרטיקלען ווי אַ שוואַכע רעקלאַמע פֿון אַ פֿירמע, וואָס לייגט פֿאָר פּראָפֿעסיאָנעלע איבערזעצונגען. צוליב אַן אומבאַקאַנטער סיבה, האָט די מחברטע אַרײַנגעשטעלט אין איר נאָטיץ, ווי אַ פּראַקטישן בײַשפּיל פֿון אַ ייִדישן טעקסט, עטלעכע מאָדנע אָפּגעשניטענע פּסוקים פֿון דער פּרשה „צו‟, מיט נקודות און טעמים. איר מיינונג וועגן אונדזער שפּראַך איז אָבער גאָר אַן אָפּטימיסטישער. לויט דער נאָטיץ, האָט מען אינעם יאָר 1908 באַשלאָסן, אַז ייִדיש איז די נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וואָס הערשט אַלץ ווײַטער און ווײַטער אין אַזעלכע ספֿערעס, ווי טעאַטער, ליטעראַטור און פּרעסע. הײַנט רעדט מען אויף ייִדיש, לויטן אַרטיקל, אין געוויסע ראַיאָנען פֿון אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד, ווי אויך אין עלזאַס און דער שווייץ. דרײַ מיליאָן ייִדיש־רעדער וווינען הײַנט אין דער וועלט, על־פּי־רובֿ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
איין פֿאַקט האָט די מחברטע פֿונעם קליינעם אַרטיקל יאָ גאַנץ ריכטיק באַמערקט. כּדי צו פֿאַרשטיין ייִדיש ווי געהעריק, מוז מען זיך באַקענען „מיט עטלעכע קולטורן‟. מסתּמא, האָט זי געמיינט די פֿרומע ייִדישקייט, די אַשכּנזישע טראַדיציעס און די אַלגעמיינע קולטור פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער. בײַם איבערזעצן פֿון ייִדיש קאָן מען זיך זיכער נישט באַנוגענען מיט דער מעכאַנישער לאָגיק פֿונעם „גוגל‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.