הרבֿ בועז פּאַש האָט אין זײַן לעצטן דבֿר־תּורה אין דער „עץ חיים‟־שול אין וואַרשע אונדז געגעבן צו פֿאַרשטיין וואָס איז אַזוינס, השגחה פּרטית. השגחה פּרטית מיינט, אַז גאָט איז דער משגיח, און פּאַסט אויף אויף אַן אינדיווידועלן אופֿן וואָס אַ מענטש טוט אויף דער וועלט. ס׳איז פון תּמיד אָן געווען אַ מחלוקת אויב גאָט מישט זיך טאַקע אַרײַן אינעם לעבן פֿון יעדן יחיד. דער בעל שם טובֿ, למשל, האָט יאָ געגלייבט אין השגחה פּרטית און געפֿאָדערט זײַנע תּלמידים זיך צו פֿירן לויט דעם.
און פֿאַרוואָס ווידמעט דער סימפּאַטישער בעז פּאַש, דער אַמאָליקער רבֿ פֿון קראָקע, דעם דאָזיקן ענין? דער ענטפֿער איז אַ פּשוטער. אפֿשר געדענקט איר, אַז לעצטנס האָט אַ פּאַלעסטינער געשטאָכן אַ רבֿ אין ירושלים? זײַט וויסן, אַז דער דאָזיקער רבֿ איז געווען טאַקע הרבֿ בעז פּאַש.
הייסט עס, אַז אין דער דעבאַטע צווישן די וואָס גלויבן נישט און די וואָס גלויבן יאָ אין השגחה פּרטית האָט הרבֿ בעז פּאַש אַ גוטע סיבה צו גלויבן אַז גאָט האָט אים טאַקע גאַנץ פּערזענלעך געהיט.
„דער זון פֿון שאול‟, דער אונגאַרישער חורבן־פֿילם איז געקומען קיין פּוילן. די פּוילישע פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אינעם ייִדישן מוזיי אין וואַרשע. מסתּמא איז כּדאי צו באַמערקן, אַז די פּוילישע איבערזעצערס האָבן באַעוולט דעם טיטל פֿונעם פֿילם. ווי מיר ווייסן הייסט דער פילם SAUL FIA; אויף אונגאַריש — שאולס זון.
שאול, פֿאַרשטייט זיך, איז אַ ייִדישער נאָמען. דער ערשטער ייִדישער מלך האָט געהייסן שאול. שאול מיינט אויף העברעיִש אַ געבאָרגטער. שמואל הנבֿיא האָט אים כּלומרשט געבאָרגט אויף א געוויסער צײַט ער זאָל זײַן דער מלך און פֿאַרטיידיקן דאָס לאַנד קעגן די פּלישתּים. ווער סע האָט געלייענט דעם תּנ״ך קען די קינה פון שאול אויף זײַן זון יהונתן וואָס די פּלישתּים האָבן דערהרגעט. אַן עכאָ פון דער דאָזיקער קינה געפֿינען מיר אינעם אונגאַרישן פֿילם וווּ אַ זאָנדערקאָמאַנדאָ מיטן נאָמען שאול וויל ראַטעווען כאָטש דעם גוף פון זיין זון פֿונעם קרעמאַטאָריום און ברענגען אים צו קבֿר ישראל. דער גוף פֿונעם ביבלישן שאולס זון איז אויך געראַטעוועט געוואָרן דורך דעם העלדישן טאַט פון די מענטשן פון יבש גלעד און געבראַכט געוואָרן צו קבֿר ישראל.
דערפֿאַר איז ממש צו שטוינען פֿאַר וואָס האָבן די פּוילישע איבערזעצערס משנה־שם געווען פֿון שאול צו שאַוול, וואָס איז אַ וואַריאַנט פֿון פּאַוועל! פּאַוועל (פּאָל) איז געווען איינער פֿון די גרינדערס פֿון דער קריסטלעכער אמונה. כּל־זמן ער איז געווען אַ ייִד האָט ער אפֿילו גערודפֿט די קריסטן. שפּעטער האָט ער זיך געשמדט און געוואָרן דער גרעסטער „חסיד‟ און פּראָפּאַגאַנדיסט פֿון דער קריסטלעכער אמונה. דער דאָזיקער קריסטלעכער צוגאָב איז מסתּמא אינעם פֿאַל פֿונעם דאָזיקן חורבן־פֿילם מסתּמא נישט נייטיק.
ווי סע זאָל נישט זײַן, דערוועקט דער פֿילם אַ גרויסן אינטערעס אין פּוילן, נישט נאָר ווײַל אוישוויץ איז אַ טייל פֿון דער פּוילישער געשיכטע נאָר מסתּמא אויך דערפֿאַר וואָס געזאַ ראָריג, דער סטאַר פֿונעם פֿילם, רעדט פליסיק פּויליש. ווי אַ יונגער מאַן האָט ער געמוזט ווערן א מיטגליד פון דער אונגאַרישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, כּדי ער זאָל קענען זיך לערנען אויפֿן אוניווערסיטעט. פּוילן וואָס איז יענע יאָרן אויך געווען קאָמוניסטיש, איז פֿון דעסטוועגן געווען מער ליבעראַל. ביי אונדז האָבן סטודענטן נישט געמוזט ווערן מיטגלידער פון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. דערפֿאַר איז ראָריג געקומען קיין קראָקע, וווּ ער האָט זיך געלערנט אויפֿן אוניווערסיטעט און דווקא פּוילישע לימודים. ער איז אַפֿילו געוואָרן אַן איבערזעצער פון פּוילישער ליטעראַטור אויף אונגאַריש.
איך האָב געזען מענטשן אויף דער פּרעמיערע אין וואַרשע, וואָס האָבן נישט געקאָנט אויסהאַלטן די שרעקלעכע געשענישן אויפן עקראַן און זענען אַרויס פֿונעם זאַל. אויף דער פֿראַגע וואָס זשורנאַליסטן האָבן אים דאָ געשטעלט, ווי שווער איז געווען פֿאַר אים דאָס שפּילן אינעם פֿילם האָט ראָריג זיך פֿאַרגליכן צו אַ קימפּעטאָרין.
ווער סע האָט געזען אַ געבורט פֿון אַ קינד — האָט ער געזאָגט אין זײַן אינטערוויו פֿאַר דער צײַטונג „גאזעטאֶַ וויבאָרטשאַ‟ — ווייסט ווי שווער און בלוטיק איז עס צו ברענגען אַ קינד אויף דער וועלט. אָבער אַ געבורט איז פֿאָרט אַ נס. אַ וווּנדערלעכע זאַך קומט פֿאָר. אַ נײַ־געבוירן קינד קומט אויף דער וועלט! פֿאַר מיר, זאָגט ראָריג, וואָס איז, אַגבֿ, אַ טאַטע פֿון פֿיר קינדער, איז דער פֿילם געווען אַ מין קינד. די עמאָציאָנעלע שוועריקײטן, וואָס זענען געווען אַ טייל פֿון דער שעפֿערישער אַרבעט זענען געווען כּדאי כּדי צו דערציילן די טראַגישע געשיכטע פון די ייִדן אין אוישוויץ.
שבת דעם 24סטן יאַנואַר האָט דער ווארשעוווער „קינדער טעאַטער‟ געשפּילט פֿאַר דער קליינער קהילה פֿון דער פּראָגרעסיווער שול „עץ חיים‟ אין וואַרשע.
די קינדער האָבן רעציטירט לידער, געשריבן פֿאַר קינדער, פֿאַרשטייט זיך, ווי, למשל, י. ל. פּרצעס „שטייט אין פֿעלד אַ ביימעלע‟, און טאַקע אויף יידיש. זיי האָבן אויך געזונגען ייִדישע און העברעיִשע לידער.
ס׳איז אַ שאָד וואָס פּוילן, וווּ ייִדיש איז אָפֿיציעל אָנערקענט ווי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך, און וווּ די רעגירונג איז גרייט צו העלפֿן שאַפֿן ייִדישע שולן, האָט נישט קיין מלוכישע ייִדישע שול, וווּ ייִדישע קינדער קענען זיך לערנען די שפּראַך פֿון זייער אויסגעהרגעטן פֿאָלק. דאָ קען די הײַנטיקע ייִדישע קהילה נישט באַשולדיקן די רעגירונג, נאָר זיך אַליין.
דער „קינדער טעאַטער‟ פֿונעם פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּוילן גיט די קינדער כאָטש אַ באַגריף וואָס איז אַזוינס ייִדיש און ווי סע קלינגען די שיינע ייִדישע לידער, וואָס אונדזערע גרויסע דיכטערס האָבן געשריבן פֿאַר זיי.
די עמיגראַציע פֿון פּוילן אין די מערבֿ־לענדער אין די לעצטע הונדערט יאָר איז געווען ריזיק. נאָר וואָס זשע? עס איז דאָ אַ גרויסער אונטערשייד צווישן די ייִדישע און די קאַטוילישע אימיגראַנטן. נאָך אַ דור־צוויי בלײַבט פֿון דער פּוילישער אידענטיטעט פֿון די נישט־ייִדן גאָרנישט מיט אַ נישט. דערפֿאַר שטוינען ממש די הײַנטיקע פּאָליאַקן ווען זיי זעען ווי די אייניקלעך פֿון אַמאָליקע פּוילישע ייִדן קומען קיין פּוילן, כּדי עולה־רגל צו זײַן צו די קבֿרים פֿון זייערע פּוילישע צדיקים.
לעצטנס האָבן די פּוילישע צײַטונגען, סײַ אין וואַרשע, סײַ אויף דער פּראָווינץ, געשריבן באריכות וועגן אַן ערך דרײַ הונדערט חסידים וואָס זענען געקומען צום קליינעם שטעטל לעלאָוו אויפֿן יאָרצײַט פֿון זייער צדיק. ווען נישט די לעלאָווער חסידים וואָלט קיינער אין וואַרשע נישט געשריבן וועגן לעלאָוו, אַ שטעטל מיט בלויז צוויי טויזנט אײַנוווינערס.
אין פּוילן האָט מען אַ סך דרך־ארץ פֿאַר אמונה און טראַדיציע. דערפֿאַר מאַכן דאָ די חסידים בכלל און די לעלאָווער חסידים בפֿרט אַ געוואַלדיקן רושם. ס׳איז נישט קיין סוד, אַז די חסידישע בגדים דערמאָנען די אָנטועכצן פון די פּוילישע פּריצים מיט זייערע לאַנגע כאַלאַטן, ברייטע גאַרטלען און פּעלצענע היטלען. פֿאַר די פּאָליאקן זעען אונדזערע חסידים אויס ווי לעבעדיקע בילדער פון היסטאָרישן פּוילן.
די גרויסע וואַרשעווער צײַטונג „דער דזשיעניק‟ האָט, אַ חוץ בילדער, געגעבן אויך אַ טעם פֿון דער תּורה פון ר׳ דוד בידערמאַן, דער גרינדער פון דער לעלאָווער דינאַסטיע.
איך ווייס נישט אויב איך בין ראוי מען זאָל מיך רופֿן אַ צדיק — פֿלעגט ער זאָגן מיט צער — איך האָב ליב מײַנע אייגענע קינדער מער ווי די קינדער פון כּלל־ישראל. הייסט עס, אַז דער צדיק האָט געצווייפֿלט אויב ער האָט דערגרייכט די מדרגה פֿון אַן אמתן אוהבֿ־ישׂראל, גיט אונדז די פּוילישע צײַטונג צו פֿאַרשטיין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.