די אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַטור איז אַן אײגנאַרטיקער פֿענאָמען. זי ציט צו די אױסלענדער און לאָזט די אַמעריקאַנער גלײַכגילטיק. די פֿאָרשער און ליבהאָבער פֿון דער דאָזיקער ליטעראַטור שטאַמען פֿון דרום־אַמעריקע, פֿראַנקרײַך, קאַנאַדע, ישׂראל און מיזרח־אײראָפּע, און זײערע פֿאַרשידענע קולטורעלערע הינטערגרונטן האָבן אַ היפּשן אײַנפֿלוס אױף זײער צוגאַנג צו ייִדיש אין אַמעריקע װי אַ קולטור פֿון אימיגראַנטן. די אַמעריקאַנער ייִדישע היסטאָריקער באַטראַכטן ייִדיש װי אַ דרך צו אַמעריקאַניזאַציע. אַזױ אָדער אַנדערש אָפּערירן די בײדע שיטות מיט אַ גרונדיקער קאָנצעפּטועלן היפּוך צװישן ייִדיש און אַמעריקע, װאָס זײ באַהאַנדלען פֿון צװײ צדדים, װי „ייִדיש־אַמעריקאַניש‟ אָדער „אמעריקאַנער־ייִדיש‟.
דאָס נײַע בוך פֿונעם ירושלימער ליטעראַטור־פֿאָרשער אַבֿרהם נאָװערשטערן, „דאָ װױנט דאָס ייִדישע פֿאָלק‟ (געשריבן אויף העברעיִש), איז אַ װאָגיקער אַרגומענט לטובֿת דער בכורה פֿון ייִדיש אין דער ייִדיש/אַמעריקאַנער סתּירה. דער טיטל שטאַמט פֿון ה. לײװיקס אַ ליד, װאָס דער מחבר נוצט װי אַ מין װעגװײַזער אין דער װעלט פֿון ייִדיש אין אַמעריקע. די ערשטע קאַפּיטלען אַנאַליזירן דעם סאָציאַל־קולטורעלן מצבֿ פֿון ייִדיש אין אַמעריקע אין פֿאַרגלײַך מיט די צװײ אַנדערע צענטערס — פּױלן און סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. דער אױספֿיר איז, אַז אַמעריקע האָט פֿאַרנומען דעם אײבערשטן פּלאַץ אין דער ייִדישער װעלט פֿאַרן חורבן כּמעט װי בעל־כּרחו. „אין פֿאַרגלײַך מיט װאַרשע און אַװדאי אין פֿאַרגלײַך מיט מאָסקװע, האָט ניו־יאָרק דערװיזן סימנים פֿון סטאַבילקײט”, שליסט נאָװערשטערן צום סוף פֿונעם ערשטן קאַפּיטל. אָבער די דאָזיקע סטאַבילקײט איז געװען אַ רעלאַטיװע, װאָס נאָװערשטערנס פּרטימדיקער אַנאַליז דערװײַזט אױף די װײַטערדיקע 600 זײַטן פֿונעם בוך.
די קאָמפּאָזיציע פֿונעם בוך, װאָס איז כּלל פֿערצן קאַפּיטלען, שפּיגלט אָפּ דעם מחברס אידעיִשע, עסטעטישע און מעטאָדאָלאָגישע פּרינציפּן. די ערשטע קאַפּיטלען באַהאַנדלען די װערק, װאָס ער האַלט פֿאַר װיכטיקע מוסטערן פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור, מער פֿון אַ היסטאָרישן אײדער פֿון אַן עסטעטישן שטאַנדפּונקט: די ראָמאַנען פֿון „די יונגע‟־שרײַבער — יוסף אָפּאַטאָשו און דוד איגנאַטאָװ; די פּיעסעס פֿון יעקבֿ גאָרדין און ה. לײװיק, און די עפּישע פּאָעמע „קענטאָקי‟ פֿון י. י. שװאַרץ.
אַזױ אַרום לײגט נאָװערשטערן דעם יסוד פֿאַר זײַן קאַנאָנישן בנין, װאָס ער בױט אין די װײַטערדיקע צען קאַפּיטלען. יעדע פֿון זײ איז געװידמעט איינעם פֿון די מחברים: ל. שאַפּיראָ, שלום אַש, משה לײב האַלפּערן, א. לעיעלעס, יעקבֿ גלאַטשטײן (בײדע באַקומען צו צװײ קאַפּיטלען), אַנאַ מאַרגאָלין, מנחם באָרײשאָ און יצחק באַשעװיס. און ענלעך צו באַשעװיסעס ראָמאַן „די פֿאַמיליע מושקאַט‟, מן־הסתּם דאָס לעצטע װערק אין נאָװערטערנס ייִדיש־אַמעריקאַנישן קאַנאָן, ענדיקט זיך „דאָ װױנט דאָס ייִדישע פֿאָלק‟ אומגעריכט, אָן קײן שום סך־הכּל, מיטן אומקום פֿונעם מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום. נאָװערשטערן לאָזט דעם לײענער אַלײן זיך משער צו זײַן, װאָס צו טאָן מיט דער רײַכער ירושה פֿון ייִדיש אין אַמעריקע.
אַזאַ מין קאָמפּאָזיציע דערװײַזט, אַז פֿאַר נאָװערשטערנען קאָן מען די ייִדישע ליטעראַטור אין אַמעריקע נישט אָפּטײלן פֿונעם רײַכן מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדישן עבֿר. אַמעריקע גופֿא דינט דאָ װי אַ מאַטעריעלער הינטערגרונט, װאָס האָט דערלאָזט די באַגאַבטע מיזרח־אײראָפּעיִשע אימיגראַנטן איבערטראַכטן פֿון דאָס נײַ זײער קולטור־ירושה, און צו געפֿינען פֿאַר איר פֿרישע מאָדערניסטישע פֿאַרבן און קלאַנגען. אָבער די קװאַלן פֿון אָט די דאָזיקע קינסטלערישע חידושים בלײַבט מחוץ דעם גערעם פֿונעם בוך. נאָװערשטערן אַנאַליזירט מיט התמדה און בקיאות די קריטישע װיכּוחים אין דער ייִדישער סבֿיבֿה, אָבער האָט אַ קנאַפּן אינטערעס צו די אַרומיקע קולטורעלע ספֿערעס — ניט אין דער אַלטער און ניט אין דער נײַער הײם. ניט קײן סך אינטערעס האָט ער אױך פֿאַר די דעות פֿון די שפּעטערע פֿאָרשער, אַזעלכע ווי דן מירון און בנימין האַרשאַוו.
דער קערן פֿונעם בוך זײַנען די פּרטימדיקע אַנאַליטישע פּירושים פֿון די אײנצלנע פּראָזאַיִשע און פּאָעטישע װערק פֿון אָט די יחידי־סגולה. די װערק פֿון פּראָזע — קודם־כּל די ראָמאַנען — װאָסערע העלדן זײַנען שעפֿערישע פּערזענלעכקײטן, דינען אָפֿט מאָל װי אַ מין שפּאַקטיװ, כּדי נענטער אַרײַנצוקוקן אין דעם אינטימען אױפֿקום־פּראָצעס פֿון ליטעראַרישער שעפֿערישקײט, אָבער איר רײַפֿסטער און רײנסטער פֿרוכט בלײַבט טאַקע פּאָעזיע. נאָװערשטערן נעמט אַראָפּ אײן שיכט פֿון דער רעאַליטעט נאָך דער אַנדערער, ביז ער אַנטפּלעקט דעם עצם פֿון ייִדישער שעפֿערישקײט אין אַמעריקע אין די לידער פֿון האַלפּערן, גלאַטשטײן, מאַרגאָלין און לעיעלעס. זײערע בעסטע װערק אַנטשטײען פֿון דעם אינטענסיװן געראַנגל צװישן דעם דרוק פֿונעם אַמעריקאַנער דרױסן און דעם אינערלעכן ייִדישן כּוח פֿון װידערשטאַנד. אַ ייִדישער מוסטער־מאָדערניסט װי לעיעלעס האָט פֿון אײן זײַט דירעקט אױסגעדריקט זײַן תּקופֿה און פֿון דער אַנדער זײַט האָט זיך געראַנגלט מיט דער „אַטמאָספֿער װאָס האָט געהערשט דערין‟.
נאָװערשטערנס בוך, בפֿרט װען מען װעט עס מאַכן צוטריטלעך פֿאַרן ברײטערן עולם לײענער װאָס זײַנען שטומפּיק אױף דער עבֿרי, װעט בלי־ספֿק דינען װי אַ שטױס און אַן אױסגאַנג־פּונקט פֿאַר װײַטערדיקע חקירות. װי װײַט װעט דער קומעדיקער דור פֿאָרשער פֿאָלגן נאָך זײַן מעטאָדאָלאָגישער שיטה איז אַן אַנדער ענין. ראשית, דאַרף מען זײַן ענציקלאָפּעדיש באַהאַװנט אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, װאָס פֿאָדערט לאַנגע יאָרן פֿון שװערער האָרעװאַניע אין אַרכיװן און ביבליאָטעקן. און צװײטנס, אַ סבֿרה, אַז אַנדערע פֿאָרשער פֿון ייִדיש אין אַמעריקע װעלן האָבן אַן אַנדערן עסטעטישן טעם און קריטישן װעלטבאַנעם. זײ קענען זיך פֿאַראינטערעסירן דװקא אין יענע ליטעראַרישע װערק, װאָס זײַנען ניט געװען זוכה אַרײַנגענומען צו װערן אין נאָװערשטערנס קאַנאָניש־כראָנאָלאָגישן דבֿרי־הימים פֿון דער ייִדישער קולטור אין אַמעריקע. בולט איז דאָ דאָס פֿעלן פֿון דער רעאַליסטישער פּראָזע, אָנהײבנדיק פֿון אַזעלכע נעמען װי פּיאָנער פֿון דער אַמעריקאַנער שטײגערישער פּראָזע; תּשר”ק (י. יִ. זעװין) און ביז אַזעלכע אײגנאַרטיקע ראָמאַניסטן װי כאַװער פּאַװער און ב. דעמלין, װאָס האָבן קריטיש געשילדערט ניו־יאָרק פֿון אַ לינקער פּערספּעקטיװ, און ש. מילער, דער יורש פֿון ל. שאַפּיראָס סטיליסטישער נאָװאַטאָרישקײט.
אַזױ אַרום בלײַבט דער ענין פֿון ייִדיש אין אַמעריקע ניט דערלײדיקט. אפֿשר קען מען געפֿינען אַ נײַעם צוגאַנג, װאָס װעט בטל מאַכן די סתּירה צװישן די בײדע באַגריפֿן, „ייִדיש‟ און „אַמעריקאַניש‟?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.