מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט אוריאל ווײַנרײַך

How I Got to Know Uriel Weinreich

פֿון הערשל גלעזער

Published January 27, 2016, issue of February 19, 2016.

אוריאל ווײַנרײַך
אוריאל ווײַנרײַך

געלייענט אינעם „פֿאָרווערטס“, אַז דער זשורנאַל „ייִדישע שפּראַכן“ גרייט זיך אַרויסצוגעבן אַ נומער צום 50סטן יאָרצײַט פֿון אוריאל ווײַנרײַך, אין 2017. וואָלט איך בײַ דער געלעגנהייט געוואָלט דערציילן די לייענערס וועגן מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט דעם גרויסן מענטשן.

את חטאי אַני מזכּיר היום: אין דער אמתן האָב איך אוריאל ווײַנרײַכן נישט געקענט, און ביזן הײַנטיקן טאָג טוט עס מיר באַנג. נישט וואָס איך בין אין דעם באמת שולדיק — כ׳בין געבוירן געוואָרן צו שפּעט און נישט אין דער ריכטיקער סבֿיבֿה. איז אַזוי:

כאָטש כ׳בין דאָ אינעם „פֿאָרווערטס“ נישט קיין פּנים־חדשות, ווייסן אפֿשר נישט די לייענערס אַ טייל „סודות“ מײַנע. אָט, אַ שטייגער, האָב איך זיך געלערנט אין דער זומער־פּראָגראַם בײַם ייִוואָ און קאָלאָמביע מיט אַ האַלב לעבן צוריק. איז איינע פֿון מײַנע לערערס געווען ד״ר חוה לאַפּין. איין טאָג האָט זי אונדז פֿאַרגעבן אָנצושרײַבן וועגן זיך אַ קורצע ביאָגראַפֿיע און דער הויפּט וועגן אונדזער וועג צו ייִדיש. ווען זי האָט איבערגעלייענט מײַן חיבור, איז זי געבליבן געפּלעפֿט: „הערשל, כ׳בין געווען זיכער, אַז איר שטאַמט פֿון אַ ייִדישיסטישער היים, אפֿשר אַ בונדישער, און אַז דעם ייִדישיזם האָט איר אײַנגעזאַפּט מיט דער מאַמעס מילעך‟.

ניין, כאָטש כ׳האָב געהערט זיידע־באָבע, צום טייל, רעדן מאַמע־לשון (מיט ייִנגערע פֿון זיך האָבן זיי גערעדט ענגליש) האָב איך טאַקע אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש אין דער אַרבעטער־רינג־שול אין קאַנאַרסי, ברוקלין. אַהין האָבן מיך טאַטע־מאַמע געשיקט, דערעיקרשט, ווײַל די אָרטיקע „היברו־סקול“ האָט אין גאַנצן נישט געטויגט. חוץ דעם, בין איך געווען איינער פֿון דער כּמעט נישטיקער צאָל תּלמידים אין יענער ייִדישער שול, וואָס האָט זיך טאַקע געוואָלט לערנען. צו דעם ציל האָבן מיר טאַטע־מאַמע געקויפֿט אַ ווערטערביכל — אַלכּסנדר האַרקאַוויס פֿון די 1890ער יאָרן. דאַכט זיך, אַז קיין איין וואָרט וואָס כ׳האָב דאָרטן געזוכט, האָב איך נישט געפֿונען, ווײַל אין דער שול האָבן מיר זיך געלערנט דעם מאָדערנעם אויסלייג, בשעת האַרקאַווי האָט דעמאָלט נאָך געשריבן מיטן דײַטשמערישן אויסלייג. פֿאַר וואָס האָב איך נישט באַקומען אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך? ווײַל ער איז צו יענער צײַט נאָך נישט אַרויס! אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.

ווען כ׳האָב אין אוניווערסיטעט ווידער אַ מאָל גענומען זיך לערנען ייִדיש, האָב איך זיך באַקענט מיט „קאָלעדזש־ייִדיש“ און מיטן ווערטערבוך זײַנעם. גיי ווייס, אַז ס׳זענען דאָ אַזוינע ווערק אויף אַ פּאַסיקן ניוואָ, אַז נישט נאָר קינדער, נאָר אויך אוניווערסיטעט־סטודענטן זאָלן זיך קענען לערנען. ערשט שפּעטער, בײַם לייענען דעם אַרײַנפֿיר צום ווערטערבוך, האָב איך זיך דערוווּסט אַ קאַפּעלע וועגן אוריאל ווײַנרײַכן, דערעיקרשט, אַז ער איז אַזוי יונג געשטאָרבן, און אַז דער ווערטערבוך איז אַרויס ערשט נאָך זײַן טויט. און בײַ דעם איז עס געבליבן ביז… כ׳האָב זיך נישט אָנגענומען מיט דער קרענק „ייִדישאָפֿיליאַ“, באַשלאָסן צו שטודירן אויף אַ דאָקטאָראַט פֿון ייִדיש אין קאָלאַמביע־אוניווערסיטעט.

ערשט אין דער צײַט האָט מען מיך באַקענט מיט אוריאל ווײַנרײַכס גאַנץ לעבנסווערק. פּונקט אַזוי ווי זײַן טאַטע מאַקס ווײַנרײַך, האָט ער געהאַט זייער ברייטע אינטערעסן און זייער ברייטע השׂגות. וועגן וואָס האָט נאָר דער מענטש נישט געשריבן?

אוריאל ווײַנרײַכס ערשטע פּובליקאַציע איז געווען „קאָלעדזש־ייִדיש“, וואָס ער האָט אָנגעשריבן אין עלטער פֿון צוואָנציק יאָר. זײַן ערשטע וויכטיקע לינגוויסטישע אַרבעט איז געווען וועגן „סאַבעסדיקן לאָסן“, דאָס וואָס ליטווישע ייִדן האָבן געהאַט צרות מיטן אַרויסרעדן דעם שין. אין דעם האָט ער שוין אַרויסגעברענגט אַ וויכטיקע טעאָריע אין שײַכות מיטן קאָנטאַקט צווישן צוויי פֿעלקער, וואָס וווינען אויפֿן זעלביקן שטח (ייִדן און סלאַוון). דערמיט איז ער אויף אַ לינגוויסטישער קאָנפֿערענץ געוואָרן אַ סענסאַציע: אַ יונגער־מאַן פֿון עטלעכע און צוואָנציק און שוין מיט אַזוינע קלוגע, דורכגעטראַכטע געדאַנקען!

אַ קורצע צײַט נאָך דעם איז אַרויס אַ נוסח פֿון זײַן דיסערטאַציע, Languages in Contact, אויך וועגן דעם ,ווי אַזוי שכנותדיקע לשונות זענען משפּיע איינס אויף ס׳אַנדערע. ווײַטער זענען אַרויס נאָך ערשטקלאַסיקע אַרבעטן אַרום דער טעמע, ווי אַזוי ייִדן זענען געקומען אונטער דער השפּעה פֿון סלאַוון, ווי אויך וועגן ייִדיש אין בעלאַרוס און אין אונגערן. דאָס לעצטע, וואָס די ייִדישע פֿילאָלאָגן האָבן זיך דערויף קוים אומגעקוקט, האָט ער ברייט און טיף באַשריבן, ווי אויך אָנגעוויזן, אַז דאָס וועט אַוודאי זײַן דאָס ייִדיש פֿון מאָרגן, אַ דאַנק דעם, וואָס אויף דעם דיאַלעקט רעדן ס׳רובֿ חרדישע ייִדן.

הײַנט דער „שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס פֿון אַשכּנזישע ייִדן“, וואָס ער האָט פֿאַרטראַכט, צונויפֿגעשטעלט דערפֿון דעם פֿרעגבויגן, דורכגעפֿירט נישט־ווינציק אינטערוויוען, אָבער נישט דערלעבט צו זען די דרײַ בענד, וואָס זענען ביז איצטער אַרויס.

אוריאל ווײַנרײַך האָט אויך אָפּגעדרוקט אַרטיקלען וועגן דער ייִדישער גראַמאַטיק; זיך פֿאַרנומען מיט דער כּלל־לינגוויסטיק און, אין איינעם מיט זײַן טאַטן, געשפּילט די הויפּט־ראָלע בײַם אַרײַנפֿירן די ייִדיש־פֿאָרשונג אין דער ברייטער לינגוויסטישער סבֿיבֿה. צו דעם איז ער, נישט געקוקט אויף זײַנע יונגע יאָרן, געווען דער מורה־דרך פֿון אַ דור שפּראַכפֿאָרשערס, ווי, אַ שטייגער, מיכל הערצאָג ע״ה און, אים צו לאַנגע יאָר, וויליאַם לאַבאָוו. נישט אומזיסט האָט דער נעקראָלאָג נאָך אים אינעם „אויפֿן שוועל“ געטראָגן דעם טיטל „אַ גאָון איז אַוועק“.

איז זאָלן זיך דערוויסן די ייִנגערע ליבהאָבערס און סטודענטן פֿון מאַמע־לשון, וואָס זיי קענען אוריאל ווײַנרײַכן בלויז פֿון זײַן ווערטערבוך און פֿון „קאָלעדזש־ייִדיש“, אַז דאָס איז בלויז אַ קליינער חלק פֿון דער רײַכער ירושה, וואָס ער האָט אונדז איבערגעלאָזט. ער איז דאָך אַזוי יונג אַוועק פֿון דער וועלט! ווען ער וואָלט דערלעבט צו אַ נאָרמאַלן עלטער, ווער ווייסט, מיט וואָס נאָך ער וואָלט אונדז מזכּה געווען? איז דאָס, וואָס מע וויל אויף אַזאַ אופֿן אָפּמערקן זײַן 50סטן יאָרצײַט, זייער אַ גוטע בשׂורה.