ישׂראל קרישטאָל, אַ חיפֿהער ייִד, וואָס איז געבוירן געוואָרן דעם 15סטן סעפּטעמבער 1903 אין זאַרנאָוו, פּוילן, ווערט גערעכנט הײַנט ווי דער עלטסטער מאַן אויף דער וועלט.
די „גערענטאָלאָג־פֿאָרש־גרופּע‟, וועלכע קאָנטראָלירט דעם עלטער פֿון אַלע מענטשן אויף דער וועלט, וואָס זענען עלטער ווי 110 יאָר אַלט, האָט לעצטנס באַשטעטיקט, אַז דער חיהפֿער ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה איז דער עלטסטער מאַן אויף דער וועלט, וועמענס עלטער מע קען באַשטעטיקן. קרישטאָל האָט זיך אָפּגערופֿן אויף דער בשׂורה, דערקלערנדיק אויף ייִדיש: „די פֿרייד פֿון מײַנע אַלטע טעג‟. דער 112־יאָריקער פֿרומער ייִד איז נאָך אַלץ בײַ די קלאָרע געדאַנקען און לייגט תּפֿילין יעדן אינדערפֿרי.
נאָך זײַן קינדהייט אין זאַרנאָוו, פּוילן, האָט קרישטאָל זיך באַזעצט אין לאָדזש, וווּ זײַן משפּחה האָט געגרינדעט אַ זיסוואַרג־געשעפֿט. די פֿאַבריק האָט זיך צופֿעליק געפֿונען אויפֿן שטח, וווּ די נאַציס האָבן געשאַפֿן די לאָדזשער געטאָ, און קרישטאָל האָט ווײַטער אָנגעפֿירט מיט דער אַרבעט בעת די געטאָ־יאָרן. זײַנע צוויי קינדער זענען געשטאָרבן און נאָך פֿיר יאָר איז ער דעפּאָרטירט געוואָרן קיין אוישוויץ, צו 31 יאָר. זײַן פֿרוי, מיט וועמען ער האָט זיך געדאַרפֿט צעשיידן אין אוישוויץ, איז דאָרטן אומגעבראַכט געוואָרן.
אין 1950 איז קרישטאָל אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל און זיך באַזעצט אין חיפֿה, צוזאַמען מיט זײַן צווייטער פֿרוי און זייער זון. ער האָט שפּעטער געהאַט נאָך קינדער אין ישׂראל.
אין אַן אינטערוויו, וואָס די ישׂראלדיקע צײַטונג „האָרץ‟ האָט געמאַכט מיט אים אין 2012, האָט קרישטאָל, דעמאָלט „בלויז‟ 109 יאָר אַלט, דערקלערט, אַז ער ווייסט ניט פֿאַר וואָס ער האָט געלעבט אַזוי לאַנג. „ס׳איז ניט קיין גרויסע מציאה. יעדער איינער האָט זײַן אייגענעם גורל. עס קומט פֿון אויבן. ס׳זענען ניטאָ קיין סודות‟. אויף דער פֿראַגע צי זײַן דיעטע האָט אפֿשר משפּיע געווען אויף זײַן לאַנג לעבן, האָט קרישטאָל דערקלערט, אַז ער עסט „ניט צו פֿיל‟, בלויז דאָס וואָס ער דאַרף צום לעבן.
די פֿאָרשער פֿון מענטשן, וואָס זענען עלטער פֿון 100 יאָר, האָבן שוין לאַנג באַמערקט, אַז די מיטגלידער פֿון געוויסע עטנישע גרופּעס, אַרײַנגערעכנט די אַשכּנזישע ייִדן, די פּאַלעסטינער און די דרום־איטאַליענער, האָבן, אַ פּנים, אַ נטיה צו לעבן גאָר אַ לאַנג לעבן. פּראָפּאָרציאָנעל גערעכנט, לעבן מער ייִדן לענגער ווי 105 יאָר, ווי אין דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. אַנדערע גרופּעס, אַזוי ווי די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער, לעבן דורכשניטלעך קירצער ווי ס׳רובֿ אַמעריקאַנער, אָבער זיי האָבן אויך פּראָפּאָרציאָנעל אַ העכערע צאָל מיטגלידער, וואָס לעבן לענגער ווי 105 יאָר. (געוויסע עקספּערטן האַלטן דאָס פֿאַר בלויז אַ מיטאָס און גיבן איבער, אַז די אונטערשיידן האָבן בלויז צו טאָן מיט פֿאַקטאָרן אַזוי ווי וווּ מע וווינט און די דיעטע וואָס מע עסט און ניט מיטן עטנישן אָפּשטאַם).
לעצטנס, למשל, איז געשטאָרבן אין קאַליפֿאָרניע אַן אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער מאַן, אַנדרו האַטש, וואָס האָט געטענהט, אַז ער איז געווען 117 יאָר אַלט. זײַן משפּחה האָט געהאַט אַ סך באַווײַזן, אַרײַנגערעכנט אַלטע בילדער און די דערמאָנונגען פֿון אַנדערע אַלטע קרובֿים, וואָס געדענקען, אַז ער איז שוין געווען אין די 30ער, ווען זיי זענען געווען קינדער. צוליב דעם, אָבער, וואָס ער איז געבוירן געוואָרן אין לויִזיאַנע אין אַ צײַט, ווען מע האָט ניט געגעבן קיין געבורט־צערטיפֿיקאַטן די דאָרטיקע אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער, האָט די „גערענטאָלאָג־פֿאָרש־גרופּע‟ אים אָפֿיציעל ניט געקענט אָנערקענען. בכלל זענען דאָ אַ סך מענטשן איבער דער וועלט, וואָס טעהנען, אַז זיי זענען כּמעט אַזוי אַלט ווי מתושלח, אָבער זייער ווייניק מענטשן האָבן באַקומען געבורט־צערטיפֿיקאַטן אינעם סוף 19טן יאָרהונדערט, מחוץ אַ פּאָר אייראָפּעיִשע לענדער און צפֿון־אַמעריקע. ווי עס טרעפֿט, איז די רוסישע אימפּעריע יאָ געווען איינס פֿון די לענדער, וווּ כּמעט אַלע האָבן באַקומען געבורט־צערטיפֿיקאַטן און מע קען דערפֿאַר אָפֿיציעל באַשטעטיקן ישׂראל קרישטאָל ווי דער עלטסטער מאַן אויף דער וועלט.
קרישטאָל איז, אַגבֿ, ניט דער ערשטער ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה צו ווערן באַשטעטיקט ווי דער עלטסטער מאַן אויף דער וועלט. ד״ר אַלכּסנדר אימיטש, וואָס איז געשטאָרבן אין 2014 צו 111 יאָר, איז אויך געווען אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה. אימיטש, אַן אַסימילירטער ייִד פֿון טשענסטאָכאָוו, האָט זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, וווּ ער האָט געהאַלטן איינעם פֿון זײַנע לעצטע אינטערוויען מיטן שרײַבער פֿון די דאָזיקע שורות אַ יאָר פֿאַר זײַן פּטירה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.