שוין אַ פּאָר יאָר דרייט זיך אַרום אַ וויכּוח איבער דעם, וואָס די חסידישע שולן אין ניו־יאָרק שטעלן ניט צו אַ געהעריקע דערציִונג אין אַזעלכע לימודים ווי ענגליש און מאַטעמאַטיק.
ס׳איז שוין פֿון לאַנג ברייט באַוווּסט אין ניו־יאָרק, אַז הונדערטער בחורים, וואָס פֿאַרענדיקן יעדעס יאָר די חסידישע ישיבֿות קענען קוים רעדן ענגליש, שוין אָפּגערעדט פֿון לייענען און שרײַבן אויף דער שפּראַך אָדער מאַכן מער ווי די סאַמע גרונטיקע מאַטעמאַטישע רעכענונגען. צוליב דעם, וואָס דער שטאַט ניו־יאָרק האָט אָבער קוים געהאַלטן אַן אויג אויף דעם ענין האָט דער מצבֿ דורות־לאַנג זיך ניט פֿאַרבעסערט.
דער שטאַט טענהט, אַז מע מעג, לויטן געזעץ, פֿאָלגן אַן אייגענעם לערן־פּלאַן אין די פּריוואַטע שולן, אויב די קוואַליטעט פֿון די לימודי־חול־לעקציעס דערגרייכן אַ ניוואָ, וואָס איז עקוויוואַלענט צו דעם, וואָס מע וואָלט געלערנט אין אַ מלוכישער שול. דער סוד פֿאַר גאַנץ בראָד איז אָבער, וואָס די לעקציעס אין לימודי־חול זענען ווײַט ניט גלײַך מיט דעם, וואָס יעדער ניו־יאָרקער בירגער דאַרף באַקומען לויט דעם געזעץ.
לעצטנס האָבן אַ ריי געוועזענע תּלמידים פֿון חסידישע ישיבֿות, צוזאַמען מיט אַ פּאָר פֿון זייערע עלטערן, אָנגעקלאָגט דעם שטאַט ניו־יאָרק אין געריכט, כּדי זיי צו צווינגען, אַז די חסידישע ישיבֿות זאָלן לערנען די וועלטלעכע לימודים אויף אַ געהעריקן אופֿן. אַ קריטישע ראָלע אין דעם קאַמף שפּילט הײַנט די אָרגאַניזאַציע „יאַפֿעד‟, בראָש מיט נפֿתּלי מאָסטער, אַליין אַ פּראָדוקט פֿון דער חסידישער דערציִונגס־סיסטעם. „יאַפֿעד‟ האָט געאַרבעט מיט געזעץ־געבער אין ניו־יאָרק צו שאַפֿן אַ נײַעם געזעץ־פּראָיעקט, וואָס וואָלט געצוווּנגען דעם שטאַט צו האַלטן אַן אויג אויף די חסידישע שולן און זיי צווינגען צו לערנען ענגליש און אַנדערע לימודים ווי עס באַדאַרף צו זײַן. ווי עס אַרבעט איצט די סיסטעם, האָט די מלוכה אָפֿיציעל אַ דעה אין דעם, ווי אַזוי עס אַרבעטן די פּריוואַטע שולן אָבער אין דער אמתן טוט די ניו־יאָרקער רעגירונג גאָרניט אויף דעם געביט. אַנשטאָט באמת אויסצופֿאָרשן די חסידישע ישיבֿות, נעמט דער שטאַט אָן, למשל, באַריכטן פֿון די ישיבֿות אַליין, וועגן וואָסערע לימודים עס לערנען זיך די אָרטיקע תּלמידים. דער נײַער געזעץ־פּראָיעקט פֿאָדערט, אַז מע זאָל טאַקע אויספֿאָרשן ווי געהעריק אַלע שולן אין שטאַט ניו־יאָרק.
די חסידישע קהילה איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט צופֿרידן מיטן פּלאַן. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל אין דער סאַטמאַרער צײַטונג „דער ייִד‟ וועגן דעם וויכּוח. דער אַרטיקל האָט גאַנץ פּרטימדיק דערקלערט, אָן קיין שום תּירוצים, אַז די קוואַליטעט פֿון לימודי־חול אין די חסידישע „מוסדות החינוך‟ דערגרייכן ניט דעם ניוואָ, וואָס עס פֿאָדערט דער שטאַט ניו־יאָרק. אין דער זעלביקער צײַט האָט דער אַרטיקל באַדויערט דעם פֿאַקט, וואָס געוועזענע תּלמידים און עלטערן פֿון די חסידישע שולן קלאָגן אָן דעם שטאַט אין געריכט, און דערקלערט אַז „אידן אומעטום זענען מתפּלל אַז די פֿרעמדע דערנער זאָלן נישט האָבן קיין שליטה אויף דעם הייליקן חינוך על דרך ישׂראל… וואָס מיר גיבן פֿאַר אונדזערע קינדער שוין טויזנטער יאָרן‟.
דער אַרטיקל האָט אויך געגעבן אָנצוהערן, אַז די גראַדואַנטן פֿון די חסידישע שולן, וואָס פּרובירן צו בײַטן דעם געזעץ זענען אָפּגעפֿאָרענע. אין דער אמתן, אָבער, זענען אַ צאָל פֿון די מענטשן, וואָס נעמען אָנטייל אין דעם, נאָך אַלץ פֿרומע חסידים, וואָס שיקן זייערע קינדער אין די זעלביקע חסידישער ישיבֿות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.