דער שװאַרץ־װײַסער װעטער

Weather in Black and White

ישׂראלדיקע פּאָליציאַנטן שטייען לעבן דעם קערפּער פֿון אַ פּאַלעסטינער אָנפֿאַלער, וועמען מע האָט דערשאָסן נאָך אַן אַטאַק דעם 26סטן דעצעמבער 2015 לעבן דער אַלט־שטאָט אין ירושלים
Getty Images
ישׂראלדיקע פּאָליציאַנטן שטייען לעבן דעם קערפּער פֿון אַ פּאַלעסטינער אָנפֿאַלער, וועמען מע האָט דערשאָסן נאָך אַן אַטאַק דעם 26סטן דעצעמבער 2015 לעבן דער אַלט־שטאָט אין ירושלים

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published January 28, 2016, issue of February 19, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

צי דער פּאַלעסטינער אַריטמעטיק איז עפּעס אַ באַזונדערע צװײַג פֿון מאַטעמאַטיק, ווייס איך נישט, אָבער אױב האָט מען אױסגעמיטן 200 אַטענטאַטן און מע האָט אַרעסטירט 100 פּאָטענציעלע טעראָריסטן, הײסט עס, אַז יעדער אײנער פֿון זײ האָט אױספּלאַנירט און געװען גרײט אױספֿירן מינימום צװײ טעראָריסטישע אַקטן. עפּעס אַ מאָדנער באַריכט, ממש אין נוסח פֿון „טױזנט און אײן נאַכט‟. איך רעד שױן נישט װעגן דעם, אַז די דאָזיקע ידיעה האָט מבֿשׂר געװען דער װעלט ניט אַנדערש װי דער שעף פֿוּנעם פּאַלעסטינער אױסשפּיר־אַמט, ס׳הײסט דער מענטש, װעלכער איז פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַרן שפּיאָנאַזש. מע קען זיך ממש באַפּישן פֿון געלעכטער… פֿון װען אָן און װוּ פֿאַרנעמען זיך די שפּיאָנען מיט שפּיאָנירן נאָך זײערע אײגענע בירגער?…

אַן אַנדער פּאַלעסטינער „אַריטמעטיקער‟ טענהט, אַז מע דאַרף צײַטװײַליק אָפּשטעלן דעם מעסער־טעראָר, נאָר הערט זיך גוט צו, װײַל, איך ציטיר: „אונדזערע שאַהידן האָבן דערהרגעט נאָר (!!!) 29 ייִדן, און בעתן אָפּשטעלן די שאַהידן האָבן די ישׂראלים דערהרגעט אַזש (!!!) 150 פּאַלעסטינער מאַרטירער‟. די „בוכהאַלטעריע‟ פֿון די בלוטיקע אַטענטאַטן, מיט װעלכער די פּאַלעסטינער באַאַמטע האָבן ליב צו זשאָנגלירן, װאָלט געװען פּאַסיק פֿאַרן אַבסורד־טעאַטער, װען זי װאָלט ניט געװען פֿאַרבונדן מיט די ייִדישע ציװילע קרבנות. און אַז מע גיט אַ גוטן טראַכט, װאָס פּלוצעם האָבן זיך דערמאָנט די פּאַלעסטינער אָנפֿירערס אין די הױכע מאָראַלישע פּרינציפּן, באַלד קומט מען צו אַ פּשוטער פּױערישער מסקנא — די פּאַלעסטינער פּריצים האָבן מורא פֿאַר זײערע אייגענע „קאָזאַקן‟.

די שרעקלעכע בילדער פֿון עזה און חבֿרון, װען זײערע (לױט זײער אײגענעם אױסדרוק), ברידער האָבן זײ, די „פֿאַטאַך‟־באַאַמטע, געקױלעט מאַסנװײַז און מבזה געװען די טױטע קערפּער, אָט די דאָזיקע בילדער שרעקן די קאָרומפּירטע פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע אַ סך מער אײדער די „אַרויסגעקוועטשטע טרערן‟ איבער די ייִדישע קדושים. אַ טײל פֿון די פּאַלעסטינער ראַמאַלאַ־באַאַמטע האָט מיט יאָרן צוריק געװױנט אין עזה און חבֿרון און זײ האָבן נאָך ניט פֿאַרגעסן דעם „כאַמאַס‟־אױפֿרוף: „נאָך װעמען קלינגט דער גלאָק?‟… אגבֿ, אין דעם מאָדערנעם פּאַלעסטינער סלענג, װעט עס קלינגען אַ ביסל אַנדערש: װער איז דער לעצטער אין דער רײ אױף דער „כאַמאַס‟־בױנע?… דערװײַל שנאָרעט ווײַטער די פּאַלעסטינער פּאָליטישע אַריסטאָקראַטיע געלט איבער גאָר דער װעלט, אַז זײערע קרובֿים און יורשים זאָלן האָבן װאָס צו גנבֿענען אין ראַמאַלאַ און לעבן אַ משוגענעם טאָג אין דובײַ, אױפֿן חשבון פֿון די שטײַערן־צאָלער פֿון אַלע עקן װעלט. און די װעלט מאַכט גרױסע אױגן און פֿרעגט, אַזױ ממש נאַיִװ, ‒ באמת, װוּהין זײַנען אַהינגעקומען 23 מיליאַרד דאָלאַר, װאָס מיר האָבן אין אײַך אײַנגעבוכעט?

דער אמת איז, אַז מיך, פּונקט אַזױ װי ס׳רובֿ ישׂראלדיקע בירגער, באַרויִקן נישט די װערטער פֿונעם גלאַװנעם פּאַלעסטינער שפּיאָן און אױך ניט די װערטער פֿונעם פּאַלעסטינער באָס, מאַכמוד אַבאַס. זײערע באַרויִקונג־װערטער זײַנען בלאָטע שבבלאָטע, װײַל אין דער זעלבער צײַט, װען די גרױסע פּאַלעסטינער באַאַמטע האָבן רעפּעטירט די סצענעס פֿונעם בלאָף־טעאַטער, האָט דער טאַטע פֿונעם יונגן פּאַלעסטינער טעראָריסט, װעלכער האָט פֿאַראורטײלט זעקס קלײנע ייִדישע קינדער אויסצוּװאַקסן אָן אַ מאַמע, געמאָלדן, אַז ער שטאָלצירט מיט דעם װאָס זײַן זון האָט געטאָן. און דער זון אַלײן האָט געמאָלדן, אַז ער איז אינספּירירט געװאָרן פֿון די אױדיציעס פֿון דער פּאַלעסטינער טעלעװיזיע. אָט דאָס איז די ריכטיקע פּאַלעסטינער אַריטמעטיק.