ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

פּרעזידענט מאַקרי נעמט אויף 23 לעבן־געבליבענע אויפֿן „טאָג לזכר דעם חורבן‟
פּרעזידענט מאַקרי נעמט אויף 23 לעבן־געבליבענע אויפֿן „טאָג לזכר דעם חורבן‟

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published January 28, 2016, issue of February 19, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

פּרעזידענט מאַקרי נעמט אויף אינעם פּרעזידענטן־הויז 23 לעבן־געבליבענע

דעם 27סטן יאַנואַר 1945, איז די „רויטע אַרמיי‟ אַרײַן אין אוישװיץ און באַפֿרײַט די לעבן־געבליבענע. דעם 1טן נאָװעמבער 2005 האָבן די פֿאַראייניקטע פֿעלקער באַשטימט דעם טאָג װי דער אינטערנאַציאָנאַלער דערמאָנונגס־טאָג פֿאַר די קרבנות פֿונעם חורבן.

דער פּרעזידענט מאַקרי האָט מאָנטיק, דעם 25סטן יאַנואַר, אויפֿגענומען אינעם פּרעזידענטן־הויז אַ דעלעגאַציע פֿון 23 לעבן־געבליבענע און אַזוי אָנגעהויבן די אָפֿיציעלע אַקטן פֿאַר דער דערמאָנונג. ער האָט פֿאַר זיי דערקלערט דעם קאָמפּראָמיס אין זײַן אַרבעט פֿאַר די מענטשנרעכט און קעגן דיסקרימינאַציע.

דער נײַער חורבן־מאָנומענט אין אַן אָנגעזעענעם פּאַרק, בוענאָס־אײַרעס
דער נײַער חורבן־מאָנומענט אין אַן אָנגעזעענעם פּאַרק, בוענאָס־אײַרעס

דינסטיק דעם 26סטן אין אָװנט האָט מען אינויגורירט דעם מאָנומענט װאָס דערמאָנט דעם חורבן אין אַן אָנגעזעענעם פּאַרק פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס װאָס האָט באַקומען דעם נאָמען „שואה־פּלאַץ‟. מען האָט אָנגעצונדן 6 ליכט לזכר די אונגעקומענע 6 מיליאָן ברידער. דער בירגערמײַסטער האָראַסיאָ ראָדריקעז לאַרעטאַ האָט אין זײַן װאָרט געזאָגט, אַז בעת זייערע שפּאַצירן װעלן די באַזוכערס אינעם פּאַרק קענען טראַכטן װאָס דער חורבן האָט געמיינט פֿאַר דער מענטשהייט.

דער סעקרעטאַר פֿאַר מענטשנרעכט קלאַודיאָ אַװרוך האָט געזאָגט, אַז אַרגענטינע איז געװען פֿון די ערשטע לענדער װאָס האָט סטימולירט דאָס שאַפֿן דעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג און אַז דער מאָנומענט איז אַ צייכן פֿאַר די קומענדיקע דורות. דער נאַציאָנאַלער קולטור־מיניסטער פּאַבלאָ אַװעלוטאָ האָט געזאָגט, אַז דער זכר פֿון חורבן איז אײַנגעקריצט אין דער װעלט־קולטור, און די אייביקע פֿראַגעס װעלן זײַן: פֿאַר װאָס איז דאָס געשען, און פֿאַר װאָס האָט די װעלט געשװיגן?

דער פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟ האָט אָפּגעגעבן כּבֿוד די מאַרטירערס און דער שארית־הפּליטה. עוכעניאַ אונגער, װאָס איז באַפֿרײַט געװאָרן פֿון אוישװיץ דעם 27סטן יאַנואַר 1945 האָט געשלאָסן דעם אָװנט מיט איר װאָרט און געזאָגט, אַז פֿון דעם טאָג אָן האָט זי גענומען אויף זיך די פֿליכט עדות־זאָגן. אַ גרויסער עולם איז בײַגעװען דעם אָװנט צװישן װעלכן מען האָט געקענט זען פֿאָרשטייערס פֿון ייִדישע און ניט־ייִדישע אינסטיטוציעס, מיניסטאָרן, דעפּוטאַטן, סענאַטאָרן און אַמבאַסאַדאָרן פֿון אַ סך לענדער.


פּראָטעסט מצד משפּחות פֿון קרבנות אין אַטאַק אויפֿן קהילה־בנין

אַ גרופּע משפּחות, פֿון אומגעקומענע אינעם אַטענטאַט אויפֿן קהילה־בנין, האָט זיך קעגנגעשטעלט דעם פּראָיעקט פֿון מישפּטן אין אָפּװעזנהייט די באַשולדיקטע איראַנער. זיי זײַנען אויך קעגן דער נײַער געשאַפֿענער אומאָפּהענגיקער קאָמיסיע. זיי האָבן דערקלערט, אַז דאָס װעט גאָר נישט בײַטראָגן, נאָר װײַטער פֿאַרזאַמען און פֿאַרדעקן דעם װעג צום אמת און צו דער יוסטיץ.


פּרעזידענט מאַקרי טרעפֿט זיך מיטן ישׂראלדיקן פּרעזידענט נתניהו

דאָנערשטיק, דעם 21סטן יאַנואַר האָט זיך דער פּרעזידענט מאָריציאָ מאַקרי געטראָפֿן אויף דער קאָנפֿערענץ אין דאַװאָס, אין דער שװייץ, מיטן ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתּניהו. זיי האָבן אָפּגעמאַכט צו באַנײַען די מיטאַרבעט אויפֿן שטח פֿון זיכערקייט און שפּיאָנאַזש — טעמעס װאָס די פֿריִערדיקע אַרגענטינער רעגירונג האָט אָפּגעװאָרפֿן. װיסנשאַפֿט און טעכנאָלאָגיע, אינװעסטירונגען און מיסחר זײַנען אוּיך געװען אויפֿן סדר־היום. מיניסטאָרן פֿון ביידע מדינות װעלן בשותּפֿות אַרבעטן אויף די טעמעס און מען װייסט נאָך נישט, צי די טרעפֿונגען װעלן פֿאָרקומען אין ירושלים אָדער אין בוענאָס־אײַרעס.


„רעגיי‟־זינגער מתּתיהו טרעט אויף, אָבער אָן דער יאַרמלקע

מתּתיהו איז שוין נישט דער זעלביקער פֿון אַמאָל. נישט בעסער אָבער אויך נישט ערגער. בעת זײַן ערשטן באַזוך אין בוענאָס-אײַרעס האָבן זיך אַלע געװוּנדערט װער איז דער יונגער אָרטאָדאָקסישער ייִד, װאָס האָט פֿון דער בינע, מיט זײַנע מאָדערנע פֿריילעכע לידער פֿאַרכאַפּט דעם עולם? דער יונגערמאַן, געבוירן אין פּענסילװעניע, האָט ענטוזיסטיש שפּאַצירט איבער דער װעלט מיט זײַן קונסט און געװאָרן דער עקזאָטישסטער „רעגיי‟־זינגער. מאַטיו פּאָל מילער האָט אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך די יאַרמלקע, און פֿאַרענדיקט זײַן רעליגיעזן גײַסטלעכן טור איבערן חסידיזם. שבת דעם 23סטן יאַנואַר איז ער אויפֿגעטראָטן אין אַן עקסקלוסיװן נאַכטלאָקאַל און פּרעזענטירט אַ נײַעם דיסק „אַקעדאַ‟ (עקידה?), װײַט פֿון זײַנע פֿריִערדיקע טעקסטן, װײַט פֿון דעם כּישוף פֿון זײַן אָנהייב, נאָר מיט דעם זעלביקן אימפּעט. דער עולם איז אָבער אויך נישט געװען דער זעלביקער.


„מײַקראָסאָפֿט‟ באַערט „אָרט‟־שול אין בוענאָס־אײַרעס

„מײַקראָסאָפֿט‟ האָט אָנערקענט די „אָרט‟־שול אין בוענאָס־אײַרעס װי איינער פֿון די „שאָוקייסן‟ (Showcases) פֿאַרן יאָר 2016. די אָנערקענונג איז פֿאַר שולן, װאָס צייכענען זיך אויס אין באַנײַען דערציִערישע צילן, באַניצן די מאָדערנסטע טעכנאָלאָגיעס און סטימולירן דעם תּלמיד זיך אײַנגלידערן אין דער מאָדערנער װעלט מיט דערפֿינדערישע טעכנאָלאָגיעס. דאָס װעט העלפֿן דער שול מיט מיטלען צו פֿאַרפֿולקומען די לערערס, זיי דערמעגלעכן זיך צו באַטייליקן אויף אינטערנאַציאָנאַלע טרעפֿונגען, װעכנטלעכע סעמינאַרן „אָנלײַן‟, װאָס „מײַקראָסאָפֿט‟ פֿינאַנצירט פֿאַר די אויסגעקליבנענע שולן.