אַרום דער וועלט אין 8,000 טעג

Around the World in 8,000 Days

פּאָל סאַלאָפּעק
פּאָל סאַלאָפּעק

פֿון לייזער בורקאָ

Published January 29, 2016, issue of February 19, 2016.

ס׳איז קיין מאָל ניט געווען מײַן חלום אַרומצופֿאָרן די וועלט. ערשטנס, ווער דאַרף אַרומפֿאָרן, ווען די גאַנצע וועלט געפֿינט זיך דאָ? ניו־יאָרק איז דאָך די וועלט אין מיניאַטור. צווייטנס, איז פֿאָרן צי פֿליִען געוויינטלעך אַ גרויס אָפּקומעניש, וואָס מע ווינטשט בלויז אויף די ערגסטע שׂונאים: די זיכערהייט־קאָנטראָלן, לאַנגע פֿאַרשפּעטיקונגען, שלעכט עסן, אומריינע וואַשצימערן — דער געדאַנק אַליין איז גענוג, מע זאָל וועלן בלײַבן זיצן אין דער היים אויף שטענדיק.

דעריבער זײַנען דאָ זייער אַ סך לענדער, וווּ איך בין קיין מאָל ניט געווען (182 לענדער, לויט מײַן חשבון), אַפֿילו גאַנצע קאָנטינענטן: אַזיע (אַחוץ ישׂראל), אַפֿריקע, דרום־אַמעריקע, אויסטראַליע, אַנטאַרקטיקע. ווי קען מען זיך רופֿן אַ וועלטבירגער אָדער אַ קולטורמענטש, אויב מען איז נאָך קיין מאָל ניט געווען אין אַנטאַרקטיקע?

אָבער פֿאָרן צו פֿאָרן איז ניט גלײַך. ווען דער שרײַבער זשול ווערן האָט אַרויסגעגעבן זײַן באַרימטן ראָמאַן „אַרום דער וועלט אין אַכציק טעג‟ אין 1873, האָט זיך דאָס נאָך גערעכנט פֿאַר אַ גרויסן אויפֿטו: פֿאָרן מיט דער באַן, מיט אַ שיף, מיט פֿערד־און־וואָגן, אַפֿילו מיט אַ לופֿטבאַלאָן, האָט דעמאָלט געדויערט וואָכן און חדשים. אָבער הײַנט קען מען אַרומפֿליִען די גאַנצע וועלט מיט אַ גיכן עראָפּלאַן אין בלויז פֿערציק שעה. דערפֿאַר האָט דאָס הײַנטיקע אַרומפֿאָרן די וועלט ניט דעם זעלביקן טעם: מע קוקט אַרויס פֿונעם עראָפּלאַן־פֿענצטערל און מע זעט אויף צענדליקער מײַלן — אָבער מע זעט אַלץ גיך און ווײַט און אומקלאָר דורכן נעפּל.

אַז מע וויל זיך גוט באַקענען מיט אַ נײַ אָרט, איז דער בעסטער אופֿן — אַרומצוגיין צו פֿוס. אַזוי האָט מען צײַט צו זען, צו הערן, און צו שמעקן; צו כאַפּן אַ שמועס מיט די היגע מענטשן; צו פֿאַרזוכן די היגע מאכלים. אַזוי געדענקט זיך אַ סך בעסער דאָס אָרט און דער וועג, ווי אַזוי מען איז געקומען. אין די אַמעריקאַנער שטעט קען מען ניט האָבן דאָס זעלבע געפֿיל פֿאַר דער לאַנדשאַפֿט און דער געאָגראַפֿיע ווי אין די אַלטע אייראָפּעיִשע שטעט, ווײַל אין אַמעריקע איז אַלץ געבויט אַזוי אוממענטשלעך גרויס און אויסגעשפּרייט, אַז מע קען ניט גיין צו פֿוס. די אַמעריקאַנער שטעט זײַנען בעסער צוגעפּאַסט פֿאַר מאַשינען, ניט פֿאַר מענטשן.

דער גרעסטער אָנהענגער פֿון דער דאָזיקער אידעע איז מסתּמא דער אַמעריקאַנער זשורנאַליסט פּאָל סאַלאָפּעק, וואָס האָט אין יאַנואַר 2013 אָנגעהויבן אַ שפּאַציר אַרום דער וועלט. ער וויל גיין אויף די אוראַלטע וועגן און שטעגן, וואָס אונדזערע אָבֿות זײַנע געגאַנגען מיט צענדליקער טויזנטער יאָרן צוריק, ווען זיי זײַנען אַרויס פֿון אַפֿריקע און האָבן שריט נאָך שריט זיך פֿאַרשפּרייט איבער די אַנדערע קאָנטינענטן: דורכן מיטעלן מיזרח, איבער אַזיע און איבערן בערינגער דורכגוס קיין אַלאַסקע, און דערנאָך אַראָפּ דורך צפֿון־ און דרום־אַמעריקע.

סאַלאָפּעק האָט אויסגערעכנט, אַז זײַן וואַנדערונג דאַרף געדויערן זיבן יאָר (אפֿשר אַכט אָדער נײַן). ער האָט אָנגעהויבן אין עטיאָפּיע (כּמעט דאָס „וויגעלע‟ פֿון דער מענטשהייט), איז אַרויפֿגעגאַנגען דורך סאַודיע, יאָרדאַניע, ישׂראל, טערקײַ און דערווײַל האַלט ער אין מיטן אַזערבײַדזשאַן. גייענדיק אַזוי, נעמט ער פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם אַרום און אַלע פּאָר טעג מאַכט ער אויך אַ ווידעאָ פֿון אַן אינטערעסאַנטער סצענע. אין אָוונט שרײַבט ער וועגן זײַנע איבערלעבונען — און ער שרײַבט טאַקע גוט: ניט אומזיסט האָט ער צוויי מאָל געוווּנען אַ „פּוליצער‟־פּרעמיע. זײַנע בילדער, ווידעאָס, און באַריכטן קען מען זען אויף דער וועבזײַט „וואַנדערונג אַרויס פֿון עדן‟:

//www.outofedenwalk.com

ער איז אויך אַקטיוו אויף „טוויטער‟:

https://twitter.com/PaulSalopek

דערבײַ זוכט ער ניט אויס די גרויסע מאָנומענטן און טוריסטישע ערטער, נאָר פֿאַרקערט: ער פֿאָטאָגראַפֿירט שעפּסן, ווילדע פֿעלדער, אָרטיקע געוויקסן און מאכלים (און אַ סך גלעזער ווײַן). ער פֿאַרטיפֿט זיך אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון די פּשוטע מענטשן, וואָס ער באַגעגנט אויפֿן וועג. יעדן טאָג, ווען ער קומט אָן אין אַ נײַ אָרט, דאַרף ער אויסזוכן, ווער עס זאָל אים געבן עסן צו דערהאַלטן דאָס חיות און אַן אָרט, וווּ צו לייגן דעם קאָפּ. ווען ער דערציילט די דאָרפֿסלײַט, אַז ער איז געקומען צו פֿוס אַזש פֿון עטיאָפּיע, גלייבט מען אים ניט. אָבער יעדעס מאָל ווײַזט מען אַרויס דאָס אמתע הכנסת־אורחים, אַזוי ווי מען געפֿינט עס בלויז בײַ פּשוטע מענטשן. (אין אַמעריקע וואָלט ער מסתּמא געדאַרפֿט שלאָפֿן אויף דער גאַס.)

סאַלאָפּעקס קורצער וויזיט אין ישׂראל האָט קענטיק ניט געמאַכט קיין גרויסן רושם אויף אים. זײַן איינציק ווידעאָ פֿונעם הייליקן לאַנד שטעלט פֿאָר די הייל „קפֿזה‟ (קאַפֿזע) אינעם גליל, וווּ די פּאַלעאָנטאָלאָגן האָבן אויסגעגראָבן די ביינער פֿון פֿאַרצײַטיקע מענטשן — פֿון 80־120 טויזנט יאָר צוריק. דערבײַ האָט סאַלאָפּעקן, דער עיקר, פֿאַראינטערעסירט דאָס פּיפּסן פֿון די פֿלעדערמײַז:

Ceremonial Milestone: Africa to the Middle East from Out of Eden Walk on Vimeo.

אין דורכשניט מאַכט ער יעדן טאָג 40,000 טריט, וואָס דאָס איז אַכט מאָל מער ווי דער געוויינטלעכער אַמעריקאַנער. (מיר, ניו־יאָרקער, זײַנען אַ ביסל בעסער אין דעם פּרט.) אָפֿט מאָל פֿרעגט מען סאַלאָפּעקן, צי עס ווערט אים ניט נימאס פֿון גיין און גיין אַזוי כּסדר, טאָג־אײַן טאָג־אויס. זאָגט ער: ניין. פֿאַר אים איז יעדער טראָט אַ ריזיקע, אַן אַוואַנטורע. אַז מע גייט דורך אַ פֿרעמדער לאַנדשאַפֿט, קען מען ניט ווערן פֿאַרחלומט און שלעפֿעריק — מע דאַרף שטענדיק זײַן אויף דער וואַך.

דער אמת איז, אַז וויפֿל מע זאָל ניט באַוווּנדערן סאַלאָפּעקס פֿעסטקײַט און זײַן כּוח אויסצוהאַלטן, דאַרף מען זיך אויך זאָרגן וועגן די סכּנות, אויף וועלכע ער שטעלט זיך אויס. דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק איז געשטאָרבן דער ענגלישער פֿאָרשער הענרי וואָרסלי — כּמעט בײַם סאַמע סוף פֿון זײַן עקספּעדיציע איבער אַנטאַרקטיקע. וואָרסלי האָט געפּרוּווט אַליין אַריבערצוגיין דעם גאַנצן קאָנטינענט — כּמעט 1,600 קילאָמערטער — שלעפּנדיק מיט זיך אַ שליטן מיט אַ פּראָוויאַנט און אַנדערע נייטיקע זאַכן. ער האָט געוואָלט זײַן דער ערשטער מענטש דאָס צו טאָן. אָבער בלויז דרײַסיק מײַל פֿאַרן סוף פֿון זײַן נסיעה, איז וואָרסלי געבליבן אָן כּוחות און איז געוואָרן אַזוי שוואַך, אַז ער האָט צוויי טעג ניט געקענט אַרויסגיין פֿון זײַן געצעלט. ער האָט גערופֿן הילף און אַן עראָפּלאַן האָט אים געבראַכט קיין טשילע — אָבער ער איז שוין געווען שווער קראַנק, און איז געשטאָרבן דאָרט אין שפּיטאָל.

הייסט עס, אַז ס׳איז אפֿשר בעסער אַ מאָל צו געניסן פֿון די מאָדערנע טראַנספּאָרט־מיטלען. פֿון מײַנעט וועגן, וויל איך בעסער דערווײַל ניט זײַן קיין וועלטבירגער און דאָ בלײַבן אין דער היים.