זונטיק, דעם 24סטן יאַנואַר, האָט פּאָל בראָנפֿמאַן, דער פֿאָרזיצער פֿון די „פּײַנוווּד טאָראָנטאָ סטודיאָס‟ און דער בעל־הבית פֿון דער קאָרפּאָראַציע „קאָמוועב‟, האָט זיך אָפּצוגעזאָגט צו שטיצן ווײַטער דעם טאָראָנטער יאָרק־אוניווערסיטעט צוליב אַ פּראָ־פּאַלעסטינער וואַנט־בילד, וואָס באַצירט דעם אָרטיקן סטודענטישן צענטער.
בראָנפֿמאַן איז אויך דער דירעקטאָר פֿון דער קאַנאַדער אָרגאַניזאַציע „פֿרײַנד פֿונעם צענטער אויפֿן נאָמען פֿון שמעון וויזענטאַל‟, וועלכע האָט קריטיקירט דאָס בילד, וואָס טראָגט דעם נאָמען „פּאַלעסטינער וואָרצלען‟. אַ סטודענט, וועלכער האָט עס אויסגעמאָלט מיט אַקרעל־פֿאַרבן, האָט געוווּנען אַ קונסט־פֿאַרמעסט; דאָס ווערק הענגט שוין דרײַ יאָר אינעם סטודענטן־צענטער.
אויפֿן בילד ווערט געוויזן אַ מאַן מיט שטאַרקע מוסקלען, וואָס טראָגט אַ פּאַלעסטינער קופֿיאַ־טיכל און אַ שאַל מיט אַ פּאַלעסטינער פֿאָן און אַ ישׂראלדיקער מאַפּע. האַלטנדיק אַ שטיין אין די הענט, קוקט ער פֿון דער ווײַטנס אויף אַ ישׂראלדיקן בולדאָזער. אונטן איז דאָס בילד באַצירט מיט די ווערטער „שלום‟ און „צדק‟ אויף אַ טוץ פֿאַרשיידענע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט העברעיִש.
לויט דער ייִט״אַ, האָט בראָנפֿמאַן אין אַ שמועס מיט דער צײַטונג „קאַנאַדער ייִדישע נײַעס‟ אָנגערופֿן דאָס בילד „אַ שטיק מיסט‟ און געמאָלדן, אַז אויב דער אוניווערסיטעט, וווּ ער האָט זיך אַליין געלערנט און וווּ ער איז באַקאַנט ווי אַ פּראָמינענטער שטיצער, וועט נישט אַראָפּנעמען דאָס קאָנטראָווערסאַלע בילד, וועט ער מער נישט אויסגעבן דער דאָזיקער אינסטיטוציע קיין געלט.
די אַדמיניסטראַציע פֿונעם יאָרק־אוניווערסיטעט האָט געענטפֿערט, אַז זיי שטיצן די אויסדרוק־פֿרײַהייט ווי איינעם פֿון די הויפּט־פּרינציפּן, אַז דער סטודענטן־צענטער איז אַן אומאָפּהענגיקע אָרגאַניזאַציע, וועלכער האָט דאָס רעכט אַליין צו באַשליסן, ווי אַזוי צו באַצירן די ווענט.
אין אַ שמועס מיט דער באַקאַנטער קאַנאַדער צײַטונג „גלאָוב ענד מייל‟, האָבן אַ צאָל ייִדישע תּלמידים פֿונעם אוניווערסיטעט באַמערקט, אַז להיפּוך צום דערקלערטן שלומדיקן און יושרדיקן באַדײַט פֿונעם בילד, פֿילן זיי זיך אומבאַקוועם צוליב די אַנטי־ישׂראלדיקע שטימונגען צווישן אַ טייל סטודענטן, וואָס כאַפּט צומאָל איבער די מאָס און שאַפֿן אַן אַנטיסעמיטישן קלימאַט. אייניקע סטודענטן האָבן אַפֿילו מורא צו טראָגן אַ מגן־דודל אָדער אַ יאַרמלקע אינעם קאַמפּוס. איין תּלמיד, דניאל שחר, האָט דערקלערט, אַז ווי באַלד דער פּאַלעסטינער אויפֿן בילד האַלט אַ שטיין אין זײַנע הענט, איז עס אַ סימבאָל פֿון גוואַלד און העצע, אַנשטאָט שלום.
אַבֿי בענלאָלאָ, דער פּרעזידענט בײַ „פֿרײַנד פֿונעם צענטער אויפֿן נאָמען פֿון שמעון וויזענטאַל‟, האָט איבערגעגעבן, אַז הגם ער פֿאַרשטייט דעם חילוק צווישן אַנטיסעמיטיזם און קריטיק פֿון מדינת־ישׂראל, האָט די טעטיקייט פֿון אַנטי־ישׂראלדיקע אַקטיוויסטן אינעם קאַמפּוס פֿאַרנומען אַן אַנטיסעמיטישן כאַראַקטער.
דער קינסטלער אַליין, אַכמאַד אַל־אַביד, וועלכער האָט פֿאַרענדיקט דעם יאָרק־אוניווערסיטעט אין 2013, האָט נישט געענטפֿערט אויף די פֿראַגעס פֿון „גלאָוב ענד מייל‟. אויף דער וועבזײַט פֿונעם סטודענטן־צענטער האָט ער דערקלערט, אַז זײַן בילד קריטיקירט די אומלעגאַלע ייִשובֿים. לאָרן סאָסין, דער דעקאַן פֿונעם יוריספּרודענץ־אָפּטייל בײַם אוניווערסיטעט, האָט קריטיקירט די דערמאָנטע ווערטער פֿון אַבֿי בענזאָלאָ און באַמערקט, אַז זײַענדיק אַליין אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון דער ייִדישער קהילה, שטיצט ער די רעכט פֿון די סטודענטן און גלייבט נישט, אַז וועלכע־ניט־איז גרופּע זאָל צענזורירן זייערע קונסט־ווערק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.