„אַזוי האָט מען געטאָן, האָט מען אַלע מאָל געטאָן בײַ אונדז. אַזוי דאַרף זײַן,‟ זאָגט הדסה, אַן 28־יאָריקע חסידתטע פֿון באָראָ־פּאַרק, וואָס רעדט שטיל און רויִק. איז פֿאַר וואָס טוט זי דאָס טאַקע? „כ’פּרוּוו זיך נישט אַרײַנטראַכטן אין אונדזערע טועכצן,” גיט זי צו. „דאָס איז דער אָנהייב און דער סוף.‟
באמת? „ס’האָט עפּעס נישט קיין שׂכל צו בײַטן זאַכן סתּם אַזוי,‟ שטימט זי אײַן. „אַזוי איז עס אָבער. מ’וואַקסט אויף דערמיט, ווערט מען צוגעוווינט.‟
עס גייט די רייד וועגן מציצה־בפּה — אַ ברית־מילה וווּ דער מוהל, נאָכן אײַננעמען אין מויל אַ זופּ ווײַן, זויגט אײַן אַ ביסל בלוט פֿון ערשט געמלעטן אבֿרל פֿון פֿריש געבוירענעם קינד. אַזאַ הנהגה ציט זײַן ייִחוס פֿון דער גמרא. דאָרט, מסתּמא אויפֿן סמך פֿון ענלעכן פֿירעכץ בײַ גריכישע דאָקטוירים, ווערט אַרויסגעהויבן די וויכטיקייט פֿון אַרויסציִען בלוט פֿון וווּנד; דאַכט זיך, כּדי פּטור צו ווערן פֿון בייזע „הומאָרן‟. ביזן 19טן י״ה, ווען די וויסנשאַפֿטלעכע טעראָירעס פֿון קראַנקייט, ווי אויך די וויסיקייט אַז מציצה־בפּה קען איבערגעבן קרעקנען דעם עופֿעלע, האָט מען זיך אַלע מאָל געפֿירט אזוי. איצט איז מציצה־בפּה כּמעט ווי נישטאָ אין ליבעראַלע ייִדישע קרײַזן, וווּ מע האָט אײַנגעפֿירט אַנשטאָט דעם — אַ סטעריל פּלאַסטיק־טרײַבעלע מיט וואָס דער מוהל זויגט, שוין נישט דירעקט. בײַ די גאָר פֿרומע איז מען זיך ווײַטער נוהג אַדורכצופֿירן מציצה־בפּה אופֿן אַלטן שטייגער.
בלויז די באַשרײַבונג פֿון מציצה־בפּה (מב״פּ) שטויסט אָפּ ס’רובֿ לייענערס. חוצן דערווידער, דערצו, פֿאַרבינדט מען אין דער וויסנשאַפֿטלעכער ליטעראַטור 30 פֿאַלן הערפּעס און 3 טויטפֿאַלן מיט מב״פּ צווישן 1988 און 2012. די מיינונגען פֿון מעדיצינישע מומחים זײַנען קלאָר. זאָגט ד״ר מרים לאַופֿער, פֿראָפֿעסאָרין פֿון אָנשטעקיקע קינדער־קראַנקייטן בײַם מערילענדער אוניווערסיטעט: „נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז ס’רובֿ דערוואַקסענע האָבן זיך שוין געהאַט אײַנגעשאַפֿן דעם הערפּעס־ווירוס און קענען צו מאָל אַרויסלאָזן דעם ווירוס דורך שפּײַעכץ, און בפֿרט — די קאַטאַסטראָפֿאַלע רעזולטאַטן דערפֿון בײַ עופֿעלעך, האַלט איך אַז מב״פּ שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ היפּשע געזונט־ריזיקע, און מע טאָר דאָס נישט דורכפֿירן.‟ אַ צאָל רבנים געפֿינען פֿאַר ראוי צו פֿאַרווערן דעם מינהג. הרבֿ יוסף בלאַו, פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט, איז מסכּים מיט לאַופֿער: „ווי אַ קהילה וואָס זי איז זיך סומך אויפֿן הײַנטיקן מעדיצינישן וויסן, וועלן די מאָדערן־פֿרומע מוהלים נישט אַדורכפֿירן קיין מב״פּ.‟
דער ניו־יאָרקער שטאָטישער געזונט־דעפּאַרטמענט האָט זיך אָבער נישט אײַנגעגעבן צו פֿאָדערן בײַ די עלטערן אַ געשריבענעם הסכּם פֿאַר מב״פּ, און האָט באַשלאָסן צוזאַמענצואַרבעטן מיט קהלשע עסקנים און רבנים בלויז צו פֿאַרקלענערן די אינפֿעקציעס בײַ עופֿעלעך פֿון מוהלים. ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער מינהג שטייט נישט פֿאַר קיין סכּנה. הרבֿ אַבֿי שאַפֿראַן, דער דירעקטאָר פֿון געזעלשאַפֿטלעכע ענינים בײַ אגודת־ישׂראל, דריקט אויס די מיינונג אַז „עס פֿעלן בכלל די באַווײַזן, אַז מב״פּ איז געפֿערלעך‟, און, געקוקט דערויף, מוז מען רעספּעקטירן דעם ייִדישן מינהג.
פֿאַר וואָס אָבער וואָלט מען יאָ געשטיצט דעם ריטואַל, בפֿרט פֿאַר די אייגענע קינדער, וויסניק, אַז ס׳איז יאָ דאָ אַ סכּנה?
הדסה, נישט איר אמתער נאָמען, איז מודה, אַז עס זײַנען פֿאַראַן סיבות חושד צו זײַן דעם ענין מב״פּ: „כ’פֿאַרשטיי פֿאַר וואָס מע וואָלט געטראַכט וועגן דעם, ס’מאַכט מענטשן אומבאַקוועם. פֿאַראַן ריזיקעס.‟ נאָר אירע דרײַ ייִנגעלעך, איצט 4, 6 און 8, האָבן דורכגעמאַכט מב״פּ. „ס’איז קיין מאָל נישט געווען קיין פֿראַגע,‟ צי מע וועט דאָס טאָן, האָט זי געזאָגט.
וואָס פֿאַר אַ ווערט אין דעם ריטואַל זעען זי און אַנדערע שטיצערס פֿון מב״פּ? קעגן די מיינונגען פֿון דאָקטוירים און מעדיצינישע מבֿינים, וואָס איז בײַ זיי אַזוי נייטיק אויפֿצוהיטן?
ווי אַ דאָקטער, אַ פֿרומער ייִד און אַ פֿאָטער פֿון אַ זון, וואָס מע האָט אָפּגעמלעט אָן מב״פּ, האָב איך געמיינט, אַז איך וועל געפֿינען פֿאַרברענטע אָנהענגער פֿון מב״פּ, גאָר פֿרומע ייִדן, בײַ וועמען די סכּנה שפּילט אַ קלענערע ראָלע ווי דער טיפֿער מיין פֿון דער הנהגה, וואָס גיט אַרײַן הייליקייט אין דער אינטימסטער רגע פֿון אַ קינדס לעבן.
ס׳האָט מיך דערפֿאַר פֿאַרחידושט דער אַלגעמיינער גלײַכגילט פֿון די ייִדן, וואָס שטיצן דעם מינהג: מע וויל „שווימען מיטן שטראָם‟ ווײַל אַזוי טוט מען אין זייערע קרײַזן. הדסה, צום בײַשפּיל, האָט זיך אין דעם נישט צו פֿיל אַרײַנגעטראַכט, ווײַל ס’איז אַ טייל פֿון דער מסורה. זי איז מודה, אַז „אין אַלע קרײַזן זײַנען דאָ מענטשן וואָס קערן האָבן פֿראַגעס וועגן מב״פּ,‟ פּונקט ווי אין אַנדערע אַספּעקטן פֿונעם לעבן. נאָר אין אירע קרײַזן איז אָנגענומען אויף זיכער.
דער פּאָפּולערער חסידישער בלאָגער קטלא קניא שרײַבט, אַז דאָס באַטראַכטן מב״פּ ווי אונטער אַן אַטאַק פּאַסט זיך גוט צו צום זעלבסט־אויסקוק פֿון חרדים, וואָס זעען זיך ווי אַ גרופּע, אַרומגערינגלט מיט שׂונאים. „דער מדרש זאָגט כּי עליך הורגנו כּל היום [מיר ווערן כּסדר געהרגעט צוליב דיר] — דאָס איז ברית מילה, און דאָס איז א חלק פֿון אונדזער אַלטער נאַראַטיוו פֿון מסירת־נפֿש און קידוש־השם וכדומה, צי אמת צי נישט, דאַכט זיך בײַ אונז אַז זיי וואָלט מער ניחא געווען ווען זיי קענען מבֿטל זיין מילה אינגאַנצן.‟
פֿאַראַן אָבער פּאָזיטיווע סיבות צום ריטואַל? אַ מראה־מקום געפֿינט זיך יאָ אין זוהר, נאָר, זאָגט קטלא קניא, „די זוהרס זענען גוט פֿאַר די עסקנים און בעלי־דרשנים. דער המון־עם פֿרעגט נישט מה לפנים ומה לאחור. אַזוי טוט כּלל־ישׂראל און אַזוי מוז מען ווײַטער טון. און קיינער וויל דאָך נישט מען זאָל מוציא לעז זײַן אויף זייערע קינדער, אַז זיי זענען ערלים.‟
אַ חסיד װאָס רופֿט זיך „דער קעניג פין אַמעריקע‟ אױף „קאַווע־שטיבל“ האָט זיך אױסגעדריקט אַזױ װעגן דער װיכטיקײט פֿון מצ״פּ: „דער מוהל האָט געמאַכט בײַ אַלע מײַנע קינדער מציצה בפּה. איך מיט מײַן ווייב זענען געווען שטאַרק צופֿרידן, אַז דער אייבערשטער האָט אונדז געגעבן די זכי׳ און מיר האָבן געקענט מקיים זײַן די מצווה ווי ס׳דאַרף צו זײַן. געוויינטלעך אין אַמעריקע דאַרף מען נישט קיין גרויס מסירת־נפש צו מקיים זײַן מיצוות. אָבער ווען בלומבערג האָט זיך ארײַנגעמישט האָב איך געבעטן בײַם מוהל, אַז איך וויל אַליין מאַכן מציצה־בפּה, כּדי צו קענען מהדר זיין נאָך מער ווי פֿריִער אין דער מצווה. פֿאַרשטייט זיך, ס׳קומט נישט צו צו די מסירת־נפֿש וואָס אונדזערע עלטערן האָבען געהאַט פֿאַר דער מיצווה, אָבער דאָך…‟
פּתחיה פֿרידמאַן, אַ חב״דסקער אין די 20ער, וויל זיך אויסשולן פֿאַר אַ מוהל, טיילווײַז כּדי ער זאָל קענען דורכפֿירן מב״פּ בײַ זײַנע קומעדיקע זין. צווישן מײַנע מיטשמועסערס האָט ער זיך אויסגעצייכנט מיטן אײַנזעעניש מיט וואָס ער דריקט אויס זײַן שטיץ פֿאַרן ריטואַל: „כ’בין דאָך טייל פֿון אַ קהילה, וואָס האַלט דערפֿון — האָט ער מיר געזאָגט — און איך דערזע אויך אַ טיפֿערן רעליגיעזן ווערט אין דער הנהגה‟ — אויפֿן סמך פֿון קבלה־ספֿרים וואָס פֿאָדערן דירעקטן בעל־פּה־באַריר פֿון מוהל. זעט ער מב״פּ ווי אַ מינהג, נאָר נישט אַזאַ וואָס מע קען בטל מאַכן.
נישט אַלע שטיצערס פֿון מב״פּ זײַנען חסידים. חיים נוישטאַט (נישט זײַן אמתער נאָמען) איז 30 יאָר אַלט, אין „חסידישן לבֿוש חוצן הוט‟, און עס קומט אים אָן שווער געפֿינען אַ קרײַז, וווּ ער קען זיך אין גאַנצן אײַנלעבן. נישט געקוקט אויף דעם, איז ער מער ווייניקער פֿאַרבונדן צו דער פֿרומער וועלט אין באַלטימאָר. איידער זײַן זון איז געקומען אויף דער וועלט מיט אַנדערטהאַלבן יאָר צוריק, האָט ער געפֿרעגט אַן עצה וועגן מב״פּ בײַ אַ רבֿ, וואָס ער רעספּעקטירט. יענער רבֿ האָט געבראַכט דעם באַקאַנטן דין אין הלכה, אַז אַ נישט־געמלעטער ייִד טאָר נישט עסן פֿון קרבן־פּסח.
נוישטאַט דערמאָנט זיך אין דער עצה פֿון יענעם רבֿ. „לויטן שטרענגן פֿאַרשטאַנד, בלײַבט אַן עופֿעלע אָן מב״פּ אַזוי ווי אַן ערל, אָן אַ תּיקון… אויב מע ברענגט ווידער דעם קרבן־פּסח בימי משיח, שוין זשע וויל מען נישט, אַז דער זון זאָל אויך קענען דאָס מקיים זײַן?‟ כאָטש ער פֿאַררעכנט זיך אַליין ווי „אַמביוואַלענט‟, האָט ער געלאָזט מע זאָל עס מאַכן בײַ זײַן זון — ס’איז געווען אַ זעלבסט־פֿאַרשטענדלעכע זאַך.
די טאַטעס און מאַמעס פֿון קינדער, וואָס זײַנען מסכּים מיט מב״פּ, דערקענען די ריזיקעס. אַ סך האָבן באַמערקט, אַז קיינער איז נישט חושד קרובֿים אָדער גוטע־פֿרײַנד אין טראָגן דעם הערפּעס־ווירוס, און דערפֿאַר קען מען זיי ניצן ווי מוהלים. הדסה, פֿון איר צד, האָט שוין אָבער יאָ געטראַכט וועגן די, וואָס וואָלטן געהאַט טענות צום מינהג: „אין יעדן קרײַז זײַנען דאָ מענטשן מיט שאלות, וואָס זײַנען וויסיק [וועגן די פּראָבלעמען], מענטשן מיט פֿראַגעס וועגן לעבן בכלל. איך וואָלט געווען גרייט אויסצוהערן זייער מיינונג.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.