פּיטסבורג איז קיין מאָל ניט געווען באַקאַנט ווי אַן עיר־ואם בישׂראל — יענער כּבֿוד געהערט צו דער גרעסערער שטאָט אין פּענסילווייניע: פֿילאַדעלפֿיע. אָבער איצט קען פּיטסבורג זיך גרייסן מיט אַ נײַער ייִדיש־אינסטיטוציע, וואָס פֿילאַדעלפֿיע האָט ניט: דער „פּיטסבורגער ייִדיש־סימפּאָזיום‟.
אויף געוויסע מענטשן וואַרפֿט אָן דאָס וואָרט „סימפּאָזיום‟ אַ שרעק; זאָלט איר וויסן זײַן, אַז עס האַנדלט זיך אין אַ מין אומפֿאָרמעלן ייִדיש־קלאַס, וואָס טרעפֿט זיך צוויי מאָל אַ חודש זונטיק אין אָוונט. די ערשטע האַלבע שעה לערנט מען גראַמאַטיק און דערנאָך פֿאַרנעמט מען זיך איין שעה מיט אַנדערע, מער שפּילערישע אַקטיוויטעטן. די באַטייליקטע אינעם סימפּאָזיום צאָלן בלויז פֿינף דאָלאַר אַ קלאַס — כּדי צו דעקן די הוצאות אויף נאַש.
ווער האָט געשאַפֿן די דאָזיקע נײַע אינסטיטוציע?
ס׳איז אַ שותּפֿות פֿון צוויי ייִדן אין די 20ער: דוד ענדרוז, אַ וועלטלעכער קאָמפּיוטער־אינזשעניר, וואָס האָט זיך פֿאַרליבט אין ייִדיש, און לוי פּעקאַר, אַ פֿרומער חב”דסקער פּסיכאָלאָג, וואָס קען די שפּראַך פֿון דער ישיבֿה. די צוויי האָבן זיך אַ מאָל באַגעגנט בײַ אַ שבתדיקער סעודה און האָבן אָנגעהויבן לערנען צוזאַמען (כאָטש ענדרוז איז ניט קיין גלייביקער). זיי זײַנען געוואָרן פֿעסטע פֿרײַנד, זײַנען אַרומגעפֿאָרן, פֿאַרבראַכט אַ וואָך אויף דער „ייִדיש־פֿאַרם‟, און, סוף־כּל־סוף, באַשלאָסן צו פֿאַראייניקן זייערע כּוחות און צו שאַפֿן דעם סימפּאָזיום.
ענדרוז האָט זיך באַזעצט אין פּיטסבורג מיט אַן ערך צען יאָר צוריק, כּדי צו שטודירן אין „קאַרנעגי־מעלאָן‟, אַן אוניווערסיטעט מיט איינעם פֿון די בעסטע פֿאַקולטעטן אין קאָמפּיוטערײַ. איצט אַרבעט ער פֿאַר דער קאָמפּיוטער־פֿירמע „דואָלינגאָ‟, וואָס שאַפֿט פּראָגראַמען צו לערנען פֿאַרשיידענע שפּראַכן אויף אַ שפּילערישן אופֿן. מיט פֿיר יאָר צוריק האָט ער אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש מיט דער היסטאָריקערין בלומע גראַניק, און ער האָט זיך נישקשהדיק אויסגעלערנט. ווען גראַניק האָט זיך אַוועקגעצויגן (איצט וווינט זי אין אָקספֿאָרד, ענגלאַנד), האָט ענדרוז איבערגענומען איר קלאַס. אָבער איידער זי איז אַוועק, האָט זי געמאַכט דעם שידוך צווישן אים און „דואָלינגאָ‟ — און דער ייִדיש־וועלט.
„דואָלינגאָ‟ לערנט ניט בלויז די גרויסע לשונות, ווי שפּאַניש און כינעזיש, נאָר אויך קלענערע, ווי נאָרוועגיש, אירלענדיש, און אַפֿילו עספּעראַנטאָ. אַ דאַנק ענדרוז — און מיט דער הילף פֿון אַסיאַ ווײַסמאַן פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ — אַרבעט „דואָלינגאָ‟ איצט אויך אויף אַ פּראָגראַם צו לערנען ייִדיש.
וואָס שייך דעם סימפּאָזיום, וויל פּעקאַר אַרויסהייבן, אַז ניט געקוקט אויף זײַן באָרד און יאַרמלקע, וועט ער זיך דאָרט ניט פֿאַרנעמען מיט פּריידיקן פֿרומקייט (ווי די חב”דניקעס זײַנען זיך נוהג). פֿאַר אים, איז פֿאַראַן אַ סך ייִדישקייט אין די ייִדישע ווערטער גופֿא, אין די לידער און מאכלים. ענדרוז, למשל, שפּילט דעם אַקאָרדיאָן אין אַ קלעמזער־קאַפּעליע. אינעם סימפּאָזיום וועלן די באַטייליקטע קענען פֿאַרזוכן, דער עיקר, פֿון אָט אַזאַ מין ייִדישקייט.
פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע, שרײַבט: PittsburghYiddishSymposium@gmail.com
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.