אַבֿרהם סוצקעווער (1913—2010) איז געווען איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע פּאָעטן. די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט אין זײַן נעקראָלאָג אים באַצייכנט ווי „דעם גרעסטן דיכטער פֿונעם חורבן‟. זײַענדיק אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, וועלכער האָט געקעפֿמט קעגן די נאַציס מיט די פּאַרטיזאַנער, איז אָבער סוצקעווער געווען אַ פֿיגור פֿון אַ ברייטן גלאָבאַלן מאַסשטאַב. צום באַדויערן, אַזוי ווי דער שטייגער איז מיט די גרעסטע פּאָעטן, איז שווער איבערצוזעצן זײַנע ווערק אויף אַנדערע שפּראַכן, דערפֿאַר בלײַבט ער אומבאַקאַנט דעם ענגלישן לייענער.
מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק זענען אויף דער ייִדיש־וועבזײַט „אין געוועב‟ אַרויס זעקס ענגלישע איבערזעצונגען פֿון סוצקעווערס לידער־זאַמלונג „אָאַזיס‟, באַגלייט מיטן ייִדישן אָריגינאַל. דער איבערזעצער, דזשיימס נאַדעל, האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרענדיקט דעם אוניווערסיטעט פֿון מישיגען און אַרבעט איצט אויף זײַן דאָקטאָראַט אין שאַנכײַ, כינע. אין זײַן קורצער הקדמה, באַמערקט נאַדעל, אַז סוצקעווערס פּאָעזיע איז פֿול מיט לעבעדיקע אימאַזשן פֿון דער ווילדער נאַטור.
די אויסגעקליבענע לידער זענען אָנגעשריבן אין אַ רעלאַטיוו פֿרײַען סטיל, בלויז מיט אַ קליינער צאָל גראַמען, דערפֿאַר לאָזן זיי זיך איבערזעצן רעלאַטיוו גרינג און אַדעקוואַט. ווי דער שטייגער איז מיט די פּאָעטישע איבערזעצונגען אויף ענגליש, האָט נאַדעל פּשוט איבערגעטײַטש דעם אָריגינאַל וואָרט נאָך וואָרט, נישט פּרוּוונדיק אָפּצוהיטן דעם ריטעם פֿונעם אָריגינעלן טעקסט. צוליב דעם פּאַראַלעלן אָריגינאַל, קאָנען די איבערזעצונגען קומען צו נוץ די אָנהייבער־תּלמידים, וואָס לערנען זיך די ייִדישע שפּראַך, אָבער אָן אַ הילף קאָנען נישט פֿאַרשטיין סוצקעווערס קאָמפּליצירט לשון. נישט קענענדיק ייִדיש, קאָנען די ענגלישע לייענער אָפּשאַצן בלויז דעם באַדײַט, און נישט די פֿאָרעם.
אַן אַנדער ענגלישער איבערזעצער פֿון סוצקעווערס ווערק, ריטשאַרד פֿײַן, פֿאָלגט דעם זעלבן מוסטער. אין סעפּטעמבער 2015 האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גאַנצע ריי איבערזעצונגען פֿון סוצקעווערס לידער־זאַמלונג „סיביר‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.