ביביס פּאָרטרעט אין דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע

Bibi's Portrait on American Television


פֿון עדי מהלאל

Published February 03, 2016, issue of February 19, 2016.

אַ נײַער דאָקומענטאַר, אויף דעם עפֿנטלעכן אַמעריקאַנער קאַנאַל „פּי־בי־עס‟ (PBS) באַשעפֿטיקט זיך מיטן ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתּניהו און זײַנע באַציִונגען מיטן „ווײַסן הויז‟. דער טיטל „נתּניהו אין קאַמף‟ (Netanyahu at War), פֿון דעם כּמעט צוויי־שעהיקן פֿילם, גיט שוין אַ רמז לגבי זײַן פֿאָקוס. עס דערציילט וועגן ביביס אָנגעצויגענע באַציִונגען מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ — אַ צוזאַמענשטויס פֿון קעגנזײַטיקע וועלט־אָנשויונגען און אידעאַלן.

דורך אַ שלל ווידעאָ־אַרכיוון און אינטערוויוען מיט די הויפּט־מענטשן פֿון ביידע אַדמינעסטראַציעס, גיט דער דאָקומענטאַר אַ בילד פֿון אַ פֿירער פֿון אַ קליינער מדינה, וואָס מישט זיך אָן מורא אַרײַן אין דער אינערלעכער פּאָליטיק פֿון דער מעכטיקער אימפּעריע. מע דערציילט, דער עיקר, וועגן צוויי הויפּט־מחלוקתן: ערשטנס — דער ענין, שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מדינה לעבן ישׂראל, אַ פֿאַקט, וואָס לויטן פֿילם, האָט ביבי זיך אַנטקעגנגעשטעלט במשך פֿון זײַן גאַנצער פּאָליטישער קאַריערע. צווייטנס — די באַקאַנטע מחלוקת לגבי איראַן.

איין בולטער פּונקט, וואָס קומט אַרויס פֿונעם פֿילם, איז ווי אַמעריקאַניש פֿירט זיך אויף ביבי און זײַן נאָענטסטער קרײַז. ביבי אַליין איז אויפֿגעוואָקסן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן זינט ער איז געווען 7 יאָר אַלט, און נאָך עטלעכע יאָר אין דער ישׂראל־אַרמיי האָט ער זיך בעצם אומגעקערט צו זײַן באַליבטער אַמעריקע. זײַן ישׂראלדיקע פּאָליטישע קאַריערע האָט זיך אָנגעהויבן אין די אַכציקער יאָרן. די אינטערוויויִרטע באַטאָנען ווי ביבי לויבט יעדע זאַך, וואָס שמעקט פֿון אַמעריקע. צווייטנס, באַווײַזן די אינטערוויוען מיט זײַנע עצה־געבערס, אַז זיי זענען כּמעט אַלע אַמעריקאַנער פֿון געבורט: דאָרי גאָלד איז געבוירן געוואָרן אין קאָנעטיקעט; ראָן דערמער — אין מיאַמי־ביטש, מײַקעל אורן — אין ניו־דזשערזי, אאַז״וו.

איין פֿילמירטער באַווײַז פֿון ביביס גדלות — אַז ער איז מסוגל צו מאַניפּולירן אַמעריקע — ברעגנט דווקא דער פֿילם נישט. אין 2011 איז ביבי געגאַנגען מנחם־אָבֿל זײַן אַ משפּחה אויף אַ ייִדישער קאָלאָניע אין מערבֿ־ברעג. האָט ער געפֿירט אַ שמועס מיט די אַבֿלים, וווּ זיי פֿרעגן אים, וואָס וועט די וועלט זאָגן אויב מיר וועלן צעשטויסן די אַראַבער, ווי ער לייגט אַליין פֿאָר.

„די וועלט וועט אונדז אָנרופֿן אָקופּירער…‟

„האָסט נישט קיין מורא פֿון דער וועלט, ביבי?‟ האָבן די אַבֿלים געפֿרעגט.

האָט ביבי זיי געבעטן זיי זאָלן אויפֿהערן פֿילמירן (האָבן זיי, צום גליק, אינגנאָרירט זײַן בקשה) און גענומען זאָגן: „ניין. ספּעציעל הײַנט מיט אַמעריקע. איך ווייס וואָס עס הייסט אַמעריקע. אַמעריקע איז אַ זאַך, וואָס מע קען לײַכט מאָביליזירן. צו מאָביליזירן אויף דעם ריכטיקן וועג… זיי [די אַמעריקאַנער] וועלן אונדז נישט שטערן. נישט שטערן… יענע רעגירונג [ביל קלינטאָנס] איז געווען פּראָ־פּאַלעסטינער אויף אַן עקסטרעמען אופֿן, און איך האָב זיך נישט דערשראָקן דאָרט צו מאַנעוורירן. איך האָב זיך נישט דערשראָקן זיך קעגנצושטעלן קלינטאָנען, איך האָב זיך נישט דערשראָקן זיך קעגנצושטעלן די פֿאַראייניקטע פֿעלקער.‟ מע קען זען דעם ווידעאָ אינגאַנצן אָט דאָ:

דער וויכטיקער אַספּעקט וואָס דער פֿילם באַהאַנדלט נישט איז ביביס אויפֿפֿירונג אויף דער אינערלעכער ישׂראלדיקער פּאָליטישער אַרענע. אויף זײַן פֿערטן טערמין (!) ווי פּרעמיער, האַלט ביבי בײַ זיך אין די הענט אַ סך אַנדערע פּאָזיציעס אויסער פּרעמיער: ער איז דער קאָמוניקאַציע־מיניסטער (אַ פּאָזיציע וואָס איז אים ספּעציעל נאָענט צום האַרצן); דער אויסערן־מיניסטער, דער ווירטשאַפֿט־מיניסטער, און דער מיניסטער פֿאַר „ראַיאָן־קאָאָפּעראַציע‟. דורך זײַן שליטה איבער די קאָמוניקאַציע־מיטלען, פּלוס דער פּאָפּולערער פּראָ־ביבי פּראָפּאָגאַנדע־בראָשור, וואָס מע רופֿט „ישׂראל־היום‟, האָט ביבי דערגרייכט אַ מעכטיקע הערשאַפֿט, נוסח פּוטין אין רוסלאַנד, אָדער אַרדואַן (ערדאָגאַן) אין טערקײַ. די לינקע אינערלעכע אָפּאָזיציע ווערט גערודפֿט וואָס שטאַרקער דורך זײַן רעגירונג. דער איינציקער קאָמוניקאַציע־מיטל, וואָס שטעלט זיך ווי אַ כּסדרדיקער אָפּאָזיציע פֿון אַ ליבעראַלער שטאַנדפּונקט, איז די צײַטונג „האָרץ‟.

„נתּניהו אין קאַמף‟ האָט נישט קיין חידושים פֿאַר די, וואָס פֿאָלגן נאָך די נײַעס, אָבער ער איז פֿאָרט רעקאָמענדירט מחמת דעם קלאָרן איבערזיכט, וואָס ער גיט מכּוח דער נאָענטער געשיכטע. טשיקאַווע איז ווי PBS נעמט אַ מין פֿאַרשפּיצטע נקמה אין די זעלבע כּוחות, וואָס האָבן פֿון אים אַליין געוואָלט פּטור ווערן. מיט ראָמני, דער רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט און ביביס אַ נאָענטער חבֿר, האָט דאָס כּידוע פֿאָרגעלייגט אויף זײַן וואַלן־קאָמפּאַניע אין 2012. פֿון ראָמניס פֿאָרלייג צו עלימינירן „ביג־בירד‟ און „עלמאָ‟ האָט אָבאַמאַ שוין געמאַכט אַ צימעס, און דער סוף איז באַקאַנט. אָבער כּל־זמן ביבי שטייט נאָך בראָש אין ישׂראל, איז יענע נקמה קוים־קוים אַ האַלבע נחמה.

דעם גאַנצן פֿילם קען מען זען אָט דאָ: //www.pbs.org/wgbh/frontline/film/netanyahu-at-war/ .