עולים, זײַט וויסן!

Immigrants to Israel, Beware!


פֿון שבֿע כּהן

Published February 03, 2016, issue of February 19, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אין אַמעריקע איז פֿאַרשפּרייט, אַז אימיגראַנטן זאָלן עפֿענען קליינע געשעפֿטן — רעסטאָראַנען, מיני־מאַרקן, וועשערײַען אא״וו. אָבער אַזאַ וועג איז פֿאַר די נײַע עולים דאָ דווקא נישט מעגלעך. קליינע געשעפֿטן אין ישׂראל לײַדן פֿון איבער־רעגולאַציע און אַ מאַנגל פֿון קרעדיט. מע קאָן מיינען, אַז אַן עולה וואָלט געקאָנט פֿאַרדינען פֿון דעם וואָס ער קען פֿרעמדע לשונות — למשל, רעדאַקטירן אָדער איבערזעצן, אָבער ניין. אַזאַ אַרבעט וואָס פּאַסט זיך פּינקטלעך צו צו די עולים איז אַרײַנגערעכנט ווי „קינסטלערישע אַרבעט‟, וווּ מען פֿאָלגט די געזעצן פֿון „פֿרילאַנסערס‟ [אומאָפּהענגיקע אַרבעטער], וואָס האָבן שוין אָנגעהויבן שיין צו פֿאַרדינען. איידער מע פֿאַרדינט אַפֿילו איין שקל מוז מען באַצאָלן אפֿשר 2,000 שקל אַ יאָר אויף בוכהאַלטערײַ. נאָכדעם באַצאָלט מען 17% פֿונעם געהאַלט אויף געשעפֿט־שטײַערן פּלוס הכנסה־שטײַערן, געזונט־שטײַערן און פּענסיע. אויב מען איז אַן אַמעריקאַנער בירגער מוז מען אויך באַצאָלן 15% צוליב דעם „זכות‟ פֿון אַרבעטן „פֿרילאַנס‟.

דערצו איז דאָס קריגן הילף פֿון די עלטערן נישט אַזוי פּשוט ווי די פֿאָרשערס האָבן געמיינט, כאָטש בײַ די אַמעריקאַנער עולים. אַז אַן אַמעריקאַנער בירגער גיט זײַנעם אַ קינד מער ווי $14,000 אַ יאָר ווי אַ מתּנה, מוז ער באַצאָלן הויכע שטײַערן. דאָס איז נאָר אַ 15% פֿון דער מינימום־סומע, וואָס מען דאַרף, כּדי צו קריגן אַ הלוואה אויף אַ דירה פֿונעם באַנק. פֿאַרשטייט זיך, אַז מען האָט אופֿנים אויסמײַדן אַזעלכע שטײַערן אין אַמעריקע אָבער צוליב דעם וואָס עס עקזיסטירן נישט אין ישׂראל קיין מתּנה-שטײַערן, באַצאָלט מען שוידערלעכע שטײַערן אין ישׂראל אויף אָט די שיטות.

צום בײַשפּיל: אין אַמעריקע קענען עלטערן עפֿענען אַ פּקדון־פֿאָנד (trust fund) און נישט באַצאָלן קיין מתּנה־שטײַערן אויפֿן געלט. אין ישׂראל עפֿנט מען אַ פּקדון־פֿאָנד צוליב אַנדערע סיבות, וואָס זײַנען ווייניקער לעגיטים (למשל, מען האָט מורא פֿאַר אָנקלאָגן), איז אַזאַ זאַך אַרײַנגערעכנט ווי אַ געשעפֿט. אַז דער פּקדון־פֿאָנד פֿאַרדינט געלט, מוז מען במילא באַצאָלן די הויכע שטײַערן פֿון אַ געשעפֿט אַנשטאָט די נידעריקע שטײַערן פֿון אַ פּריוואַטער קאָנטע.

און אוודאי באַצאָלט מען מען צינדזן אויפֿן געלט, וואָס מע פֿירט אַריבער צווישן באַנק-קאָנטעס, און אויפֿן אויסבײַטן דאָלאַרן אויף שקלים. די שווערסטע יאָך איז אָבער די שטראָף פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג אויף דעם וואָס מען וווינט אין אויסלאַנד. אַמעריקע איז חושד, אַז אַלע בירגערס אין אויסלאַנד פּרוּוון באַהאַלטן געלט פֿון די שטײַערן-אויטאָריטעטן און צוליב דעם דאַרפֿן מיר אַלע באַצאָלן אַן ערך $1,000 אַ יאָר אויף בוכהאַלטערס, וואָס קענען אָנשרײַבן די איבער־קאָמפּליצירטע דאָקומענטן פֿונעם „אײַ־אַר־עס‟. אין ישׂראל איז דאָס, דורכשניטלעך, די זעלבע סומע ווי דאָס געהאַלט פֿון צוויי וואָכן אַרבעטן.