ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published February 02, 2016, issue of February 19, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער אומגליקלעכער טאַטע האָט באַשטעלט בײַם באַרימטן פּוילישן קאָמפּאָזיטאָר שימאַנאָווסקי אַ מוזיקאַליש ווערק אין אָנדענק פֿון זײַן פֿאַרשטאָרבענער משפּחה. שימאַנאָווסקי האָט טאַקע געשריבן STABAT MATER, וווּ די באַרימטסטע ייִדישע מאַמע, מאַריאַ, באַקלאָגט דעם טויט פון איר זון. שימאַנאָווסקי האָט געהאַלטן אַז דאָס איז זײַן בעסטע מוזיקאַלישע שאַפֿונג און זי ווערט טאַקע געשפּילט און געזונגען אויף דער גאַנצער וועלט.

הייסט עס, אַז בראָניסלאַוו קריסטאַל איז געווען אַ גרויסער שטיצער נישט נאָר פֿון דער פּוילישער פּלאַסטישער קונסט נאָר פֿון דער פּוילישער מוזיק אויך.

בראָניסלאַוו קריסטאַל האָט איבערגעלעבט די מלחמה. ער איז געשטאָרבן אין וואַרשע אין יאָר 1982. די דרײַ קבֿרים פון די קריסטאַלס — טאַטע, מאַמע און קינד — שטייען זײַט בײַ זײַט אינעם ייִדישן בית־עולם אין וואַרשע.

פֿון וואַנען קומען די באַזוכער פֿונעם חורבן־מוזיי אין אוישוויץ?

אין 2015 האָבן איין מיליאָן, זיבן הונדערט און צוואָנציק טויזנט מענטשן באַזוכט דעם אוישוויץ חורבן מוזיי. אַ רעקאָרד צאָל, באַטאָנט פּיאָטר ציווינסקי, דער מוזיי־דירעקטאָר.

פֿון וואַנען זענען זיי געקומען? 425 טויזנט מענטשן — פֿון פּוילן; 220 מענטשן פֿון גרויס־בריטאַניע. פֿון דײַטשלאַנד זענען געקומען 93 טויזנט מענטשן און כּמעט אַכציק טויזנט מענטשן זענען געקומען פֿון איטאַליע. די זעלבע צאָל מענטשן איז געקומען פֿון אַמעריקע. כּמעט זיבעציק טויזנט מענטשן זענען געקומען פון שפּאַניע. 61 טויזנט ישׂראלים האָבן אויך באַזוכט דעם אוישוויץ־בירקענאו מוזיי.

דער מוזיי האָט צוגעגרייט דרײַ הונדערט פֿירערס אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן פֿאַר די באַזוכערס פון כּמעט דער גאַנצער וועלט. פֿאַר וואָס באַטאָנען מיר דאָס וואָרט כּמעט? עס קומען דאָך באַזוכערס פֿון דרום־ און צפֿון־אַמעריקע, כינע און יאַפּאַן. נאָר וואָס זשע? פֿון דער איסלאַמישער וועלט, פֿון אינדאָנעזיע ביז צפֿון־אַפֿריקע, האָט דער מוזיי כּמעט קיין שום באַזוכערס. דאס איז מסתּמא די סיבה פֿאַר וואָס דער מוזיי האָט נישט קיין פֿירערס אין אַראַביש, פּערסיש, טערקיש אָדער די אינדאָנעזישע שפּראַכן. אַ מיליאַרד מענטשן רעדן די דאָזיקע שפּראַכן אָבער עס זעט אויס אַז דער אוישוויץ־בירקענאו מוזיי איז פֿאַר זיי ווייניק אינטערעסאַנט.