דער צענטער פֿונעם אינטעלעקטועלן ייִדישן לעבן אין מאָסקווע איז די וואָך געוואָרן דער צענטער „ספר‟ — אַ טייל פֿון דער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע. ער האָט דורכגעפֿירט אַ יערלעכע קאָנפֿערענץ אין ייִדישע לימודים מיט אַ ברייטן אויסקלײַב פֿון טעמעס: פֿון אַלטע סעמיטישע שפּראַכן ביז מאָדערנעם מדינת־ישׂראל. אין דעם לעצטן טעג פֿון דער קאָנפֿערענץ איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ פּאַנעל, „אַרום ייִדיש‟. דער פֿאָרזיצער, פּראָפֿ׳ וואַלערי דימשיץ, האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דבֿ־בער לעווינס בוך „10 וואַגאָנען‟; עס זענען געווען רעפֿעראַטן וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישער ליטעראַטור — פֿון אַלט־ייִדיש ביז שלום־עליכמען — און דער ייִדישער שפּראַך.
דער צענטער „ספר‟ איז ממשיך זײַן ווינטער־פּראָגראַם מיט דער ווינטער־שול פֿאַר סטודענטן, אַספּיראַנטן און יונגע געלערנטע: מען פֿאָרט אויף 4 טעג אין מאָסקווער געגנט און לערנט זיך קורצע קורסן בײַ לערערס פֿון ישׂראל, אייראָפּע און רוסלאַנד. דאָס מאָל איז די טעמע פֿון דער שול „מיגראַציעס‟ — פֿון גלות־בבֿל ביז ייִדישע מיגראַציעס אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.
איינער פֿון די געלערנטע, וואָס איז געקומען אויף דער קאָנפֿערענץ און דער ווינטער־שול — ד״ר זאב חנין, אַ ישׂראלדיקער פּאָליטאָלאָג [פּאָליטישער וויסנשאַפֿטלער] און דער וויסנשאַפֿטלעכער בעל־יועץ פֿון אַבסאָרבציע־מיניסטעריום, האָט געהאַלטן אַן אָפֿענעם רעפֿעראַט אינעם קולטור־צענטער בײַ דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע. די טעמע איז געווען „די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט צווישן די צוויי ־איזמען: מולטיקולטוראַליזם און נאַציאָנאַליזם‟. ס׳איז געקומען צו דער לעקציע אַ גרויסער עולם.
דעם 27סטן יאַנואַר איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן פּראָיעקט „אשכּולות‟ אַן אָוונט מיטן פּאַראַדאָקסאַלן נאָמען „מאַריאַס טלית‟. די רייד איז געגאַנגען וועגן די פֿאַלן, ווען פֿרויען טראָגן מענערישע קליידער. די קונסט־פֿאָרשערין דילשאַט כאַרמאַן האָט דערציילט וועגן אַ מאָדנער און יוצא־דופֿנדיקער טענצענץ אין ביזאַנטישער און איטאַליענישער קונסט — צו מאָלן די הייליקע מויד און עטלעכע אַנדערע פֿרויען מיט טליתים אויף די קעפּ און אוף די אַקסלען. די פּובליציסטין און היסטאָריקערין פֿון מאָדע, לינאָר גאָראַליק, האָט פֿאָרגעשטעלט אַ באַזונדערן זשאַנער פֿון אייראָפּעיִשער פֿאָטאָגראַפֿיע — אַ בילד פֿון אַ פֿרוי, וואָס טראָגט אַ מענעריש העמד.
דעם 31סטן יאַנואַר איז די פּראָגראַם געווען געווידמעט דער מערבֿדיקער ייִדישער מוזיק און פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. אינעם פֿאָקוס זענען געווען דער קאָמפּאָזיטאָר אַרנאָלד שיינבערג, און דער פֿילאָסאָף און קאָמפּאָזיטאָר טעאָדאָר אַדאָרנאָ, וואָס זענען געווען גוט חבֿר און האָבן פֿאַנאַנדערגעאַרבעט נאָענטע טעמעס, יעדער אויף זײַן געביט. דער מוזיק־פֿאָרשער פֿון קיימברידזש, גולן גור, האָט דערציילט וועגן די באַציִונגען צווישן שיינבערג און אַדאָרנאָ; אַדאָרנאָס פֿילאָסאָפֿיע פֿון מוזיק, און שיינבערגס מוזיק אין היסטאָרישן און פֿילאָסאָפֿישן קאָנטעקסט. אַחוץ דעם רעפֿעראַט, האָט דער אָוונט אײַנגעשלאָסן אַ קאָנצערט — דער מאָסקווער אַנסאַמבל פֿון מאָדערנער מוזיק האָט אויסגעפֿילט שיינבערגס סטרונעס־קוואַרטעט נומער 4 און אַדאָרנאָס „זעקס עטיודן פֿאַר אַ סטרונעס־קוואַרטעט‟.
אַ צאָל געשעענישן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען די פֿאַרגאַנגענע וואָך, זענען פֿאַרבונדן געווען מיטן זכּרון־טאָג פֿון חורבן־קרבונות. וועגן ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן מיר שוין דערציילט. דער נײַער ייִׅדישער מוזיי האָט אָרגאַניזירט אַן אָוונט, וווּ מע האָט געוויזן פּיטער קאַסאָוויצעס פֿילם „יעקבֿ דער ליגנער‟, מיט אַ דיסקוסיע נאָך דעם. דער צענטער פֿון פֿאָטאָגראַפֿיע אויפֿן נאָמען פֿון די ברידער לומיער האָט בשותּפֿות מיטן טשעכישן צענטער, מיטן פּוילישן קולטור־צענטער, דעם מעמאָריאַל אין אוישוויץ און דער אַמבאַסאַדע פֿון מדינת־ישׂראל אין רוסלאַנד, אָרגאַניזירט אַן אויסשטעלונג, „אוישוויצער אַלבום‟. דער אַלבום איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן פֿון אַן „עס־עס‟־אָפֿיציר, שליסט אײַן אַרום 200 בילדער פֿון אוישוויץ־בירקענאַו און איז דערפֿאַר איינער פֿון די בעסטע וויזואַלע קוואַלן וועגן דער געשיכטע פֿונעם לאַגער. נאָך דער מלחמה האָט דעם אַלבום געפֿונען אַ געוועזענע קאַצעטלערין. אין ראַם פֿון דער אויסשטעלונג ווערן אָרגאַניזירט רעפֿעראַטן, באַגעגענישן מיט די אָרגאַניזאַטאָרן און דעמאָנסטראַציעס פֿון פֿילמען וועגן חורבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.