ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳רובֿ אַנטיסעמיטישע אַטאַקן אין דײַטשלאַנד ווערן דורכגעפֿירט פֿון די, וועלכע זענען דאָרט געבוירן געוואָרן, שרעקן זיך הײַנט אַ סך ייִדן אין דײַשטלאַנד צו אַנטפּלעקן זייער אידענטיטעט ווען זיי אַרבעטן ווי וואָלונטירן אין די פּליטים־צענטערס.
כאָטש ס׳זענען ניטאָ קיין פֿעסטע ציפֿערן וועגן די צאָל אינצידענטן, גיט איבער די ייִדישע קהילה, אַז ס׳זענען שוין פֿאָרגעקומען אַ ריי אַזעלכע פֿאַלן. איין פּליט, למשל, האָט לעצטנס געשפּיגן אויף אַ 33־יעריקער אָפּטייקערין, בעת זי האָט וואָלונטירט אין אַ היים פֿאַר פּליטים, נאָך דעם ווי ער האָט אַנטדעקט, אַז זי איז אַ ייִדישע טאָכטער.
אין אַן אַנדער פֿאַל האָבן צוויי פּליטים, וועלכע האָבן געהאַט געבעטן אַזילרעכט, אַטאַקירט און באַרויבט אַ ייִד מיט אַ יאַרמלקע, אויפֿן אינדזל פֿעמאַרן.
„צווישן די פּליטים זענען דאָ אַ סך מענטשן, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן פֿײַנטלעך געשטימט צו ישׂראל, און דאָס איז אָפֿט גורם אַ שׂינאה צו ייִדן בכלל,‟ האָט איבערגעגעבן יוסף שוסטער, דער פּרעזידענט פֿונעם „צענטראַלן ראָט פֿון דײַטשישע ייִדן‟, בעת אַן אינטערוויו מיט „רויטערס‟ אין אָקטאָבער.
די דײַטשישע קאַנצלערין אַנזשעלע מערקעל האָט לעצטנס באַטאָנט, אַז מע מוז עפּעס טאָן וועגן די אַנטיסעמיטישע שטעלונגען פֿון די נײַ־געקומענע יונגע־לײַט אין דײַטשלאַנד, וואָס שטאַמען פֿון לענדער, וווּ מע האָט פֿײַנט ישׂראל און ייִדן.
לויט די אָפֿיציעלע ציפֿערן פֿון דער דײַטשישער רעגירונג, זענען העכער 90% פֿון די אַטאַקן פֿאַראַיאָרן קעגן ייִדן דורכגעפֿירט געוואָרן פֿון עקסטרעם־רעכטע דײַטשן.
אויסלענדער האָט מען באַשולדיקט אין בלויז 4% פֿון די דאָזיקע אַטאַקן. דעם חודש וועט מען אָנהייבן האַלטן אַ חשבון, וויפֿל פֿון די אָנפֿאַלן אויף ייִדן ווערן דורכגעפֿירט פֿון פּליטים, און וויפֿל פֿון אַנדערע גרופּעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.