ישׂראל — גאַז־פֿאַרהער הייבט זיך אָן

Israel: Gas Hearings Begin

אַ פּראָטעסט קעגן דעם קאָנטראָווערסאַלן גאַז־אָפּמאַך געשטיצט פֿון דער ישׂראל־רעגירונג, בעת דאָס העכסטע געריכט האָט אָנגעהויבן זײַן פֿאַרהער פֿונעם ענין, מיטוואָך, דעם 3טן פֿעברואַר, אין ירושלים
Getty Images
אַ פּראָטעסט קעגן דעם קאָנטראָווערסאַלן גאַז־אָפּמאַך געשטיצט פֿון דער ישׂראל־רעגירונג, בעת דאָס העכסטע געריכט האָט אָנגעהויבן זײַן פֿאַרהער פֿונעם ענין, מיטוואָך, דעם 3טן פֿעברואַר, אין ירושלים

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 04, 2016, issue of February 19, 2016.

דאָס העכסטע געריכט אין ישׂראל האָט מיטוואָך אָנגעהויבן פֿאַרהערן אַ קאָנטראָווערסיעלן אָפּמאַך פֿון נאַטירלעכן נאַפֿט, וואָס וואָלט גענומען נאַפֿט פֿון גרויסע רעזערוון אינעם מיטלענדישן ים. דער פּלאַן וואָלט געקענט גורם זײַן וויכטיקע ענדערונגען אין די ענערגיע־זאַפּאַסן פֿונעם ראַיאָן.

דער אָפּמאַך צווישן דער ישׂראלדיקער רעגירונג און אַ גרופּע פֿירמעס, אַרײַנגערעכנט דער אַמעריקאַנער פֿירמע „נאָבל־ענערדזשי‟, וואָס ווערט שטאַרק אונטערגעשטיצט פֿונעם ישׂראלדיקער פּרעמיִער בנימין נתּניהו, ווערט קריטיקירט דורך די וואָס האַלטן, אַז עס גיט צו פֿיל פּרעפֿערנץ צו דער גרופּע פֿירמעס.

כּדי אויסצומײַדן אַנטי־מאָנאָפּאָל פּראָבלעמען, באַנוצט זיך נתּניהו מיט אַ ווייניק־באַקאַנטן תּנאי, וואָס דערמעגלעכט, אַז דער אָפּמאַך זאָל באַשטעטיקט ווערן דורכן עקאָנאָמישן מיניסטער, וואָס איז איצט, אייגנטלעך, נתּניהו אַליין.

ישׂראל פּרובירט זינט 2009 אַרויסציִען נאַפֿט פֿונעם ים זינט דער אַנטדעקונג פֿון די „תּמר‟־ און „לויתן‟־גאַז־פֿעלדער. מע האָט שוין אָנגעהויבן בויערן אינעם פֿעלד „תּמר‟, אָבער דערווײַל נאָך ניט אויפֿן „לויתן־פֿעלד‟, וואָס איז אַ סך גרעסער.

מע שאַצט הײַנט אָפּ, אַז דאָס „לויתן־גאַז־פֿעלד‟ אַנטהאַלט 18.9 טריליאָן קובישע פֿיס נאַטירלעכן גאַז, צוזאַמען מיט 34.1 מיליאָן פֿאַסן קאָנדענסאַט.

די אַנטדעקונגען האָבן אַ סך געהאָלפֿן ישׂראלס שטרעבונג צו קענען צושטעלן נאַפֿט פֿאַר זיך אַליין אָן צו דאַרפֿן האַנדלען מיט אַנדערע לענדער. ישׂראל האָט אויך בדעה צו עקספּאָרטירן נאַפֿט פֿונעם „לויתן־גאַז־פֿעלד‟ צו אַנדערע לענדער אינעם ראַיאָן, עפּעס וואָס וואָלט געקענט געבן דער מדינה אַ סטראַטעגישן כּוח. דערצו האָבן גריכנלאַנד און ציפּערן אויסגעדריקט זייער אינטערעס מיטצואַרבעטן מיט ישׂראל אויף אַ רערן־ליניע.