דוד כּ״צס ווירטועלער מיני־מוזיי

Dovid Katz's Virtual Mini-Museum

אַן אַלט פּאָסטקאַרטל פֿון דוד כּ״צס „מיני־מוזיי‟
Facebook
אַן אַלט פּאָסטקאַרטל פֿון דוד כּ״צס „מיני־מוזיי‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 04, 2016, issue of February 19, 2016.

נישט לאַנג צוריק, האָט דער באַקאַנטער ייִדיש־מומחה און קולטור־אַקטיוויסט פּראָפֿ׳ הירשע־דוד כּ״ץ געשאַפֿן אַ „ווירטועלן מיני־מוזיי‟, וווּ עס ווערט געזאַמלט אינפֿאָרמאַציע וועגן ייִדיש און ייִדישקייט אין דער אַמאָליקער ווילנע. כּ״ץ וווינט אין דער ליטווישער הויפּטשטאָט און איז אַקטיוו באַשעפֿטיקט אין די אָרטיקע ייִדישע קהילה־ענינים.

דער אינטערנעץ־מוזיי געפֿינט זיך אויף דער וועבזײַט //www.Defendinghistory.com, וואָס שטרעבט אָפּצוהיטן דעם אָנדענק און די קולטורעלע אוצרות פֿונעם ליטווישן ייִדנטום. דער מוזיי שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ לאַנגע רשימה פֿון פֿאַררופֿונגען אויף 63 מאַטעריאַלן, וואָס דער פּראָפֿעסאָר האָט פּובליקירט אויף דער זעלבער וועבזײַט, באַגלייט מיט בילדער, טעקסטן אויף ייִדיש און היסטאָרישע נאָטיצן. הגם אויף דער הויפּטזײַט פֿונעם „מיני־מוזיי‟ ווערן די ראָשי־פּרקים וועגן די געזאַמלטע מאַטעריאַלן דערקלערט אויף ענגליש, האָט כּ״ץ פּרינציפּיעל אָנגעשריבן אַלע אַרטיקלען וועגן די עקספּאָנאַטן נאָר אויף ייִדיש.

איין אַרטיקל, למשל, דערציילט וועגן אַ דריידל, וואָס אַ געוויסע ייִדענע מיטן נאָמען דאָבקע יאָניס האָט אַליין געשאַפֿן פֿון בלײַ אַרום דעם יאָר 1950, וווינענדיק אין ווילנע אונטער סטאַלינס רעזשים, ווען אַזעלכע „קלעריקאַליסטישע‟ חפֿצים זענען געווען שטרענג פֿאַרווערט. כּ״ץ גיט איבער, אַז די שאַפֿערין פֿונעם אַליין־געמאַכטן דריידל קלײַבט זיך איצט צו פּראַווען איר 102טן געבוירן־טאָג. דאָס דריידל, וואָס אַ צאָל פֿאָטאָגראַפֿיעס דערפֿון האָט דער פּראָפֿעסאָר אויסגעשטעלט אין זײַן אינטערנעץ־מוזיי, האָט די שאַפֿערין געשאָנקען ווי אַ מתּנה פֿאַר זײַן קאָלעקציע.

אַן אַנדער אינטערעסאַנטער עקספּאָנאַט פֿון אַ פֿריִיִקער תּקופֿה איז אַ דײַטשיש פּאָסטקאַרטל, וואָס איז אַרויס אין ווילנע אינעם יאָר 1916. דאָס קאַרטל איז באַגלייט מיט אויפֿשריפֿטן אויף פֿיר שפּראַכן, אַחוץ דײַטש, וואָס זענען דעמאָלט געווען אין גאַנג אויף די ווילנער גאַסן: ווײַסרוסיש (אָדער בעלאַרוסיש, ווי עס שרײַבט כּ״ץ), ייִדיש, ליטוויש און פּויליש. להיפּוך צום הײַנטיקן שטייגער צו שרײַבן אויף ווײַסרוסיש מיט די רוסישע אותיות, איז די אויפֿשריפֿט פֿאַרשריבן מיטן לאַטײַנישן אַלפֿאַבעט.

אין זײַן ווירטועלן מוזיי, באַטאָנט כּ״ץ, אַז די טראַדיציאָנעלע ייִדן זענען דרײַ־שפּראַכיק, אויב מע נעמט נישט אין באַטראַכט די אַרומיקע שׂפֿת־המדינה. אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון בלײַענע דרוק־גראַנקעס ווײַזט, אַז אַ ייִדישע דרוקערײַ האָט געדאַרפֿט זײַן גרייט צו פֿאַרעפֿנטלעכן טעקסטן אויף לשון־קודש, לשון־תּרגום און ייִדיש. אין אַ קלאַסישן חומש מיט עבֿרי־טײַטש און תּרגום־אונקלוס באַווײַזן זיך אַלע דרײַ ייִדישע לשונות בשכנות אויף דער זעלביקער זײַט.

חדר־ייִנגלעך פֿלעגן באַצירן די ליידיקע זײַטן און שער־בלעטער פֿון ספֿרים מיט פֿאַרשיידענע צייכענונגען. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה איז אַזאַ קינדערישע קונסט געווען זייער אַ פֿאַרשפּרייטע מאָדע; די גניזות און שילן אין מיזרח־אייראָפּע, אַרײַנגערעכנט ליטע, זענען פֿול מיט בײַשפּילן פֿון אַזעלכע באַצירונגען, וואָס אַ צאָל פֿון זיי האָט כּ״ץ אויסגעשטעלט אין זײַן אינטערנעץ־זאַמלונג.

דער ווירטועלער מוזיי אין אַ פֿאַרשיידנאַרטיקער און רעפּרעזענטאַטיווער. אַחות די דערמאָנטע טעמעס, דערציילט ער וועגן דער וועלטלעכער בילדונג, טעאַטער, ספּאָרט, קאָמערץ און אַנדערע אַספּעקטן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין „ירושלים דליטא‟. אַחוץ די נײַע מאַטעריאַלן, פֿאַרבינדט דאָס הויפּטזײַטל די לייענער מיט אַ גרויסן אוצר פֿון אַנדערע אינטערנעץ־רעסורסן, אַרײַנגערעכנט אַ ריי פֿאַררופֿונגען אויף דוד כּ״צס פּערזענלעכער וועבזײַט, וווּ עס געפֿינען זיך נוצלעכע וועגווײַזערס פֿאַר די טוריסטן, וואָס ווילן זיך באַקענען מיט דער ייִדישער ליטע, מאַפּעס און ייִדישע נעמען פֿון שטעטלעך.

דער פּראָפֿעסאָר גיט איבער, אַז ער קלײַבט זיך ווײַטער צו פֿאַרברייטערן זײַם ווירטועלע זאַמלונג, און האָפֿט צו פֿאַרוואַנדלען זײַן „מיני־מוזיי‟ אין עפּעס גרעסערס. אויפֿן הײַנטיקן מאָמענט איז עס שוין איינער פֿון די בעסטע און ברייטסטע רעסורסן וועגן דעם ייִדישן לעבן אין ווילנע און ליטע אויף דער אינטערנעץ: //defendinghistory.com/keepsakes-of-old-jewish-vilna-index