אַ געפֿערלעכע זאַך איז עס — צו שרײַבן עפּעס, וואָס באַווײַזט זיך דערנאָך אין דרוק, אויף פּאַפּיר צי אין אינטערנעץ. ערשטנס, קען מען זיך באַנאַרישן, דאָס הייסט, מאַכן עפּעס אַ טעות. צווייטנס, עס בלײַבט תּמיד אַ שטיקל סכּנה, אַז עמעצער וועט נעמען דײַן טעקסט און עס איבערנאַרישן. אָט האָט מען לעצטנס אַזוי איבערגעזעצט, מישטיינס געזאָגט //www.newswe.com/index.php?go=Pages&in=view&id=8676, מײַן נאָטיץ וועגן דער קאָנפֿערענץ אין „יד־ושם‟, אַז איך דערקען פּשוט ניט, וואָס איך האָב געהאַט אָנגעשריבן. האָף איך, אַז מײַנע ווײַטערדיקע שורות וועלן בײַם איבערזעצער קיין אינטערעס ניט אַרויסרופֿן.
דאָס מאָל וועט די רייד גיין אויך וועגן אַ קאָנפֿערענץ, אָבער ניט אין ירושלים, נאָר אין בערלין. די טעמע האָט געקלונגען, ווי עס פֿירט זיך, אַ ביסל פֿאַרדרייט, אָבער פֿאַקטיש איז עס געווען וועגן ייִדן אין דער אַרבעטער־באַוועגונג. די מעשׂה איז אַזאַ: עס האָט געלעבט אין דײַטשלאַנד אַזאַ ייִד — לודוויג ראָזענבערג (1903—1977). מחוץ דײַטשלאַנד האָט מען וועגן אים ווייניק געהערט, כאָטש ער האָט געשפּילט אַ גאַנץ ממשותדיקע ראָלע אין די יאָרן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. אין די 1960ער יאָרן איז ער געשטאַנען בראָש די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען (יוניאָנען) פֿון מערבֿ־דײַטשלאַנד. דאָס הייסט, אַז ער האָט געהערט צו דער קליינטשיקער גרופּע ייִדן, וועלכע האָבן פֿאַרנומען אָנגעזעענע פּאָזיציעס אין דער געזעלשאַפֿט פֿונעם לאַנד.
אין דעם פּאָטסדאַמער צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון משה מענדעלסאָן (מיט דרײַצן יאָר צוריק האָב איך געהאַט די זכיה צו זײַן דאָרטן אַ גאַסט־פּראָפֿעסאָר), האָט מען מיט אַ צײַט צוריק באַקומען געלט אויף אַכט דאָקטאָר־סטיפּענדיעס אין אָנדענק פֿון לודוויג ראָזענבערגן. דאָס האָט באַשטימט אויך די טעמע פֿון דער אַקאַדעמישער צונויפֿקומעניש, אָרגאַניזירט, אין אַ היפּשער מאָס, דורך אָט די דאָקטאָראַנטן.
איך האָב גערעדט נאָר מיט אַ טייל פֿון זיי, און די טעמעס פֿון זייערע פֿאָרשונגען קלינגען פֿאַר מיר זייער אינטערעסאַנט. ניט ווייניקער ווי דרײַ סטודענטן האָבן אויסגעלערנט ייִדיש, ווײַל דאָס איז נייטיק פֿאַר זייער אַרבעט. איינער פֿון זיי קלײַבט זיך פֿאַנאַנדער אין דער טעטיקייט פֿון ייִדן־מענשעוויקעס אין ווײַמאַר בערלין. נאָך איין טעמע: דער אָפּקלאַנג פֿון די געשעענישן אין דײַשלאַנד אין דער ייִדישער פּרעסע פֿון פּוילן. פֿריש איז אויך די פֿאָרשונג פֿון דער השפּעה פֿון מערבֿ־אייראָפּעיִשער פּעדאַגאָגיק אויף ייִדישע שולן אין פּוילן.
אַ היפּש ביסל רעפֿעראַטן, געלייענט בעת דער קאָנפֿערענץ, זײַנען געווען געווידמעט דער טעטיקייט פֿון איין מענטשן. דאָס האָט אונטערגעשטראָכן איינעם פֿון די אונטערשיידן צווישן די אַקאַדעמישע וועלטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דײַטשלאַנד (ווי אויך אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער). אין אַמעריקע האַלט מען ניט פֿון קיין דיסערטאַציעס, וואָס פֿאָקוסירן זיך אויף איין מחבר, איין טוער, וכ’. מע קוקט אויף אַזעלכע טעמעס קרום, מחמת זיי זײַנען, כּלומרשט, באַגרענעצט. אין דײַטשלאַנד האָט מען ניט קיין צרות מיט דעם, און דער סוף איז, אַז דער זשאַנער פֿון סאָלידע אַקאַדעמישע ביאָגראַפֿיעס איז מער פֿאַרשפּרייט אויף יענער זײַט אָקעאַן.
די קאָנפֿערענץ האָט זיך געעפֿנט מיט אַ לעקציע פֿון דעם באַקאַנטן ניו־יאָרקער פּראָפֿעסאָר יאַנקל (דזשעק) דזשייקאָבס, וואָס איז אַ מומחה אין פּאָליטישע וויסנשאַפֿטן בכלל און אין דער ייִדישער פּאָליטיש לינקער סבֿיבֿה בפֿרט. די לעקציע האָט באַרירט אַ צאָל וויכטיקע פֿראַגן, אַרײַנגערעכנט די „רעטעניש‟ פֿון דער הויכער פּראָפּאָרץ פֿון ייִדן אין דער אַמאָליקער סאָציאַליסטישער באַוועגונג. דזשייקאָבס האָט איבערצײַגעוודיק באַוויזן, אַז דער אונטערגאַנג פֿון דעם דאָזיקן פֿענאָמען אין די יאָרצענדליקער נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה איז אַ בולטער סימן, אַז עס האָבן ניט קיין גרונט די טעאָריעס, וועלכע פֿאַרבינדן די ייִדישע נטיה צו סאָציאַליזם מיט געוויסע אײַנגעבוירענע אייגנאַרטיקייטן צי מיט די אייגנאַרטיקייטן פֿון דער ייִדישער אמונה.
ס’איז אינטערעסאַנט, אַז די קאָנפֿערענץ איז דורכגעגאַנגען אין דער צײַט, ווען בערני סענדערס, וואָס פּריידיקן אַ דעמאָקראַטישן סאָציאַליזם, האָט דערגרייכט אַ דערפֿאָלג אויף די סאַמע ערשטער טרעפּ פֿונעם לײטער, וואָס פֿירט צו דער נאָמינאַציע פֿונעם הײַיאָריקן דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט אין די פּרעזידענטישע וואַלן. איך בין מסופּק, צי סענדערס האָט געהערט וועגן אַב. קאַהאַן און זײַן סאָציאַליסטישער סבֿיבֿה; אָבער דווקא דער אַמאָליקער רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס‟ האָט תּמיד געטענהט, אַז סאָציאַליזם מוז זײַן אַ דעמאָקראַטישער, אַנדערש איז עס פּשוט דיקטאַטור.
הקיצור, מיינט עס, אַז אָן דעמאָקראַטיע איז סאָציאַליזם גאָר קיין סאָציאַליזם ניט, נאָר עפּעס אַ ווערטל, מיט וועלכן מע האָט זיך געשפּילט אי בײַ די קאָמוניסטן, אי בײַ די פֿאַשיסטן. דאָס הייסט, אַז דער טערמין „דעמאָקראַטישער סאָציאַליזם‟ האָט אַן ערך אַזאַ שׂכל, ווי, אַ שטייגער, „ברילן פֿאַר אויגן‟ צי „אַעראָפּלאַן פֿאַר פֿליִען‟. יעדנפֿאַלס, מיר דאַכט אַזוי. ווי עס זאָל ניט זײַן, ווײַזט דער דערפֿאָלג פֿון סענדערסן, אַז זײַן דעפֿיניציע פֿון סאָציאַליזם אַרבעט, געפֿינט אַן אָפּקלאַנג, בפֿרט צווישן דעם יונגן עולם. מיר איז עס אינטערעסאַנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.