די מערכה פֿון אַלע ייִדישע דיאַלעקטן איז בײַם הײַנטיקן טאָג נישט קיין גוטע. אין אַ דור אַרום וועט אפֿשר בלײַבן ווי אַ לעבעדיק, גערעדט לשון בלויז דאָס אונגערישע ייִדיש, ווי ס׳איז שוין נישט איין מאָל אויסגעקומען צו דערמאָנען. אפֿשר וועט בלויז דער דיאַלעקט אויך זײַן פֿאַרטראָטן אין די ייִדישע ביכלעך, וואָס קומען עד־היום אַרויס און וועלן ווײַטער אַרויסקומען.
זעט איר, אין דער ייִדישער ליטעראַטור פֿונעם 19טן און 20סטן י״ה וועלן די שטאַרקסטע דיאַלעקטן בלײַבן דער ליטווישער (צפֿון־מיזרחדיקער) און אוקראַיִנישער/וואָלינער (דרום־מיזרחדיקער), פּשוט דערפֿאַר וואָס פֿון דאָרטן האָבן געשטאַמט ס׳רובֿ גרעסטע שרײַבערס: שלום־עליכם, מענדעלע מוכר־ספֿרים, אליעזר שטיינבאַרג, אַבֿרהם סוצקעווער און נאָך און נאָך. חוץ דעם האָבן ס׳רובֿ ווערטערביכער צונויפֿגעשטעלט אָדער ליטוואַקעס (אַ שטייגער, אוריאל ווײַנרײַך, אַלכּסנדר האַרקאַווי, יודל מאַרק און יודאַ. אַ. יאָפֿע) — אָדער וואָלינער (למשל, שיִע־מרדכי ליפֿשיץ און די מחברים פֿונעם רוסיש־ייִדישן ווערטערבוך פֿון 1984 — משה שאַפּיראָ, עליע ספּיוואַק און מויני שולמאַן).
נו, וואָסער דיאַלעקט איז ביז איצטער נישט דערמאָנט געוואָרן? ס׳פּויליש־ייִדישע, פֿאַרשטייט זיך. (כאָטש מע רעכנט דאָס אונגערישע ייִדיש פֿאַר אַ טייל פֿונעם פּוילישן — ווײַל אין ביידע רעדן מען אַרויס „פֿלייש מיט ביינער“ ווי /FLAYSh MIT BAYNER/ — האָבן זיי אין דער אמתן גאַנץ ווינציק בשותּפֿותדיקס. אָבער נישט דאָס זענען מיר אויסן.)
מע קען נישט זאָגן, אַז פּויליש־ייִדישע שרײַבערס האַלט מען נישט בכּבֿוד; קודם־כּל פּרץ, ווי אויך שלום אַש, יצחק באַשעוויס, י.־י. זינגער, יעקבֿ גלאַטשטיין אאַז״וו. מע קען אויך נישט זאָגן, אַז ס׳לשון פֿון די פּוילישע שפּראַכמײַסטערס איז ווינציקער רײַך פֿון די ליטווישע אָדער וואָלינער — רײַכקייט, ד״ה, אַ גרויסער ווערטער־אוצר, אַ רײַכע אידיאָמאַטיק, היפּשע שטריכן פֿונעם היימישן לשון וואָס זעען זיך אָן — זענען פֿאַראַן בײַ די ווירטואָזן פֿון אַלע ראַיאָנען.
נאָר נישט־געקוקט אויף זײַן גרויסן אָנטייל אין דער אַנטווילקונג פֿונעם ליטעראַרישן ייִדיש איז דער פּוילישער דיאַלעקט פֿאָרט פֿאַרבליבן פֿאַרשאָטנט פֿון די אַנדערע. אַזוי, אַז מיר דאַכט זיך, אַז די פּוילישע מחברים, פֿון פּרצן אָן, איז צום שווערסטן צו פֿאַרשטיין; די ווערטער און אידיאָמען וואָס זענען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר פּענמענטשן פֿון די וואַרשעווער, לאָדזשער, קראָקעווער, קעלצער און לובלינער ראַיאָנען זענען נישט אַזוי באַקאַנט דעם ברייטן עולם און נישט אַזוי שטאַרק פֿאַרטראָטן אין די אײַנקוקביכער. סײַדן מע קען דעם דיאַלעקט פֿון דער היים איז מען בײַם לייענען אַ מאָל אויף צרות. אַ סימן האָט איר: ווען מע האָט אין 1920 אַרויסגעגעבן דאָ אין אַמעריקע פּרצעס געקליבענע ווערק, האָט מען זיי „געלײַטערט“ — אויסרעדאַקטירט די ווערטער און פֿאָרמעס, וואָס זענען אפֿשר געווען פֿרעמד דעם אַמעריקאַנער ייִדישן עולם, וואָרן צו יענער צײַט האָבן דאָ די אייבערהאַנט געהאַט ליטוואַקעס. ווי ס׳איז, דאַכט זיך, דאָ שוין אויסגעקומען צו דערמאָנען, האָט מען פֿון פּרצעס „דאָס מענטש“ (טײַטש „ווײַב, פֿרוי“) געמאַכט „דער מענטש“, פֿון זײַן „ברונע“ געמאַכט… נישט „ברונעם“ (ווי אין ליטווישן ייִדיש), נאָר גאָר „ברונען“ (ווי אויף דײַטש)! צום גליק האָט מען זיך אין די שפּעטערדיקע אַמעריקאַנער אויסגאַבעס אומגעקערט צו פּרצעס אָריגינאַל.
אָבער דאָ רעדט זיך נישט נאָר וועגן די פּוילישע „שטערן“ — פּרץ, אַש, באַשעוויעס און זייערס גלײַכן. פֿאַראַן אַ היפּשע צאָל פּוילישע בעלי־לשון וואָס זייערע נעמען זענען נישט וועלט באַרימט: פֿישל בימקאָ, עוזר וואַרשאַווסקי, ב. דעמבלין, שמעון האָראָנטשיק, יוסף אָקרוטני. דער הויפּט איז בײַ אַזוינע שרײַבערס שווער צו לייענען די דיאַלאָגן און זיך נישט פֿאַרהאַקן. צום טייל איז אין דעם „שולדיק“ דאָס וואָס, למשל, בײַ בימקאָן און וואַרשאַווסקין שפּילט אַ הויפּטראָלע די אונטערוועלט, מיט איר אייגן לשון.
אַפֿילו די וואָס מע רעכנט נישט פֿאַר קיין בעלי־לשון: די לאָדזשער געבוירענע ישעיה שפּיגל און חוה ראָזענפֿאַרב, ווי אויך דער לענטשיץ געבוירענער לאָדזשער תּושבֿ שׂימחה־בונים שאַיעוויטש (וואָס ער איז אומגעקומען אינעם חורבן), אַז זיי גיבן איבער דאָס לשון פֿונעם פּעבל, פֿונעם המון, איז עס אַזוי בילדעריש! און גיי געפֿין די עכט פּויליש־ייִדישע ווערטער און פֿראַזעס אין די ווערטערביכער. אָט שעלט שאַיעוויטשעס אַ ייִדענע: „האָסט זיך נאָר אַ ברירה צו וואַרפֿן הײַזער הויך, געמיין שטיק יוקס דו…“ אָדער ווי עס גיט אַ זאָג בימקאָס אַ גנבֿ: „אַ פֿײַער זוכט אים!… געמאַכט אַ קאַראַזעליע מיטן קליפֿט!“ גוואַלד, וווּ נעמט מען אַ קענער, וואָס זאָל אַרויסגעבן אַ ווערטערבוך פֿונעם פּוילישן ייִדיש, מע זאָל אין אַ דור אַרום נאָך קענען לייענען די דאָזיקע ליטעראַטור?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.