דעם 7טן פֿעברואַר וועט אין דער „ייִדישער ביכער־צענטראַלע‟, וואָס געפֿינט זיך אין אַמהערסט, שטאַט מאַסאַטשוסעטס, פֿאָרקומען אַ פּרעמיערע פֿונעם נײַעם פֿילם וועגן דעם רעקאָנסטרוקציע־פּראָיעקט פֿון דער הילצערנער שיל מיט פּרעכטיקע געמעלן, וועלכע איז אַמאָל געשטאַנען אינעם פּוילישן שטעטל גוואָזדזעץ — הײַנט אוקראַיִנע. אָנהייבנדיק פֿון דער דאָזיקער דאַטע, וועט דער נײַער דאָקומענטאַר געוויזן ווערן אויף אַ צאָל אַמעריקאַנער קינאָ־פֿעסטיוואַלן און אין אַ צאָל ייִדישע צענטערס.
אינעם פֿילם, וואָס טראָגט דעם נאָמען „הייבט אויף דעם דאַך‟ און דויערט אָנדערהאַלבן שעה, ווערט דערציילט וועגן אַ גרופּע פֿון 300 ענטוזיאַסטן און סטודענטן, בראָש מיט די אַמעריקאַנער מאָלער ריק און לאָראַ בראַון, וועלכע האָבן במשך פֿון 10 יאָר געאַרבעט איבערן רעקאָנסטרוקציע־פּראָיעקט, באַנוצדיק זיך בלויז מיט די אינסטרומענטן און מאַטעריאַלן, וואָס זענען געווען בנימצא אין דער תּקופֿה, ווען די היסטאָרישע שיל איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן. די רעקאָנסטרויִרטע געמעלן געפֿינען זיך איצט אינעם נײַעם וואַרשעווער ייִדישן מוזיי „פּוילן‟.
די רעזשיסאָרן, הילה מעדאַליאַ, איז באַקאַנט מיט איר פֿילם „אינטערנעץ־נאַרקאָמאַן‟, וועגן די קאָנטראָווערסאַלע טעראַפּיע־פּראָצעדורן, וואָס די כינעזישע רעגירונג האָט אײַנגעפֿירט, כּדי אָפּצוגעוווינען געוויסע מענטשן פֿון דער אינטערנעץ; דעם דאָקומענטאַר „צו שטאַרבן אין ירושלים‟, וועגן אַ פּאַלעסטינער זעלבסט־מערדערישן טעראָריסט און זײַנע קרבנות; און אַ צאָל אַנדערע פֿילמען אויף אַקטועלע סאָציאַלע טעמעס. דער נײַער דאָקומענטאַר, געשפּילט אויף ענגליש און באַגלייט מיט פּוילישע אונטערקעפּלעך, איז געשאַפֿן געוואָרן מיט דער הילף פֿונעם אַמעריקאַנער „נאַציאָנאַלן צענטער פֿון ייִדישע פֿילמען‟.
די באַצירונגען פֿון די הילצערנע שילן אין מיזרח־אייראָפּע שטעלן מיט זיך פֿון אַן אוניקאַלע פֿאָרעם פֿון ייִדישער קונסט, פֿול מיט טיפֿע קבלה־סימבאָלן. די אַרכיטעקטור־טראַדיציע פֿון שיל־בויערײַ פֿונעם 16טן און 17טן יאָרהונדערט איז געווען אויך גאָר אַן אָריגינעלע; אַ טייל בנינים מיט פֿיל־שיכטלעכע דעכער דערמאָנען אין די ווײַט־מיזרחדיקע בודיסטישע פּאַגאַנערס. פֿאַקטיש, האָט זיך בײַ ייִדן אַנטוויקלט אַן אייגנאַרטיקע איקאָנאָגראַפֿיע, אין וועלכער פֿאַרשיידענע חיות און געוויקסן האָבן רעפּרעזענטירן די הייליקע ספֿירות, גײַסטיקע וועלטן און אַנדערע מיסטישע ענינים.
צום באַדויערן, זענען אַ סך אַמאָליקע באַצירטע הילצערנע שילן צעשטערט געוואָרן במשך פֿון דער צײַט. די אַלטע קונסט־טראַדיציע איז אויך ביסלעכווײַז בטל געוואָרן צוליב דעם, וואָס די חסידים האָבן אײַנגעפֿירט די מינהגים פֿונעם ספֿרדישן מיטל־מיזרח, לויט וועלכע אין די שילן דאַרפֿן זײַן נאָר אַבסטראַקטע אָרנאַמענטאַלע באַצירונגען. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָבן די נאַציס געמאַכט אַ תּל פֿון די לעצטע באַצירטע הילצערנע שילן. די אָריגינעלע געמעלן פֿון דער באַרימטער כאָדאָראָווער שיל האָט זיך אײַנגעגעבן אָפּצוהיטן, און זיי געפֿינען זיך איצט אינעם תּל־אָבֿיבֿער מוזיי „בית־התּפֿוצות‟. די באַצירונגען פֿון דער גוואָזדזעצער שיל, געשאַפֿן אינעם 17טן יאָרהונדערט און איבערגעמאָלט פֿון ס׳נײַ אינעם 18טן, האָט מען איצט רעקאָנסטרויִרט, אַ דאַנק דעם כּתבֿ־יד פֿונעם פּוילישן מאָלער קאַראָל מאַשקאָווסקי, וועלכער האָט איבערגעלאָזט פּרטימדיקע צייכענונגען פֿון דער שיל־קונסט.
דער אַרכיטעקטור־פֿאָרשער טאָמאַס הובקאַ האָט אינעם יאָר 2003 אַרויסגעגעבן אַן אינטערעסאַנט פֿאָרש־בוך וועגן דער גוואָזדזעצער שיל, וווּ ער פּרוּווט צו אַנטפּלעקן די קבלה־רמזים און געשיכטע פֿון אַ צאָל געמעלן. אינעם יאָר 2006 האָט ער געהאָלפֿן צו שאַפֿן אַ דרײַ־דימענסיאָנעלן מאָדעל, לויט וועלכן מע האָט איצט רעקאָנסטרויִרט די שיל־באַצירונגען.
אַ טריילער פֿונעם פֿילם:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.