אַ ייִדישע קלאַוויאַטור פֿאַרן „אײַ־פֿאָון‟, וואָס נעמט אַרײַן אַלע דיאַקריטישע צייכנס פֿונעם ייִוואָ־אויסלייג, ווערט איצט אויספּראָבירט, און דאַרף ווערן צוטריטלעך פֿאַרן ברייטן עולם אין דער נאָענטער צוקונפֿט. דעם „אַפּ‟ וועט מען קענען ניצן מיט אַלע „אײַ־פֿאָונס‟ און „אײַ־פּעדס‟, און וועט נישט קאָסטן קיין געלט.
די קלאַוויאַטור, צונויפֿגעשטעלט פֿונעם „אַפּ‟־אַנטוויקלער לאַרי (לייבל מיכאל) קיי, ניצט דעם זעלבן סדר אותיות ווי די אַמאָליקע ייִדישע שרײַבמאַשינקעס, און ווי די העברעיִשע קלאַוויאַטור, וואָס ווערט באַניצט עד־היום אין ישׂראל.
קייס קלאַוויאַטור איז נישט די איינציקע, וואָס דערלויבט מענטשן צו שרײַבן די דיאַקריטישע צייכנס פֿון ייִוואָ אויף זייערע „אײַ־פֿאָונס‟. מיט אַ האַלב יאָר צוריק האָט זאבֿ קלעמענצאָן, אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַמירער לעבן וואַנקוּווער, קאַנאַדע, אַרויסגעלאָזט אַ „ייִוואָ־‟־געשטימטע קלאַוויאַטור (וואָס איז אויך פֿרײַ פֿון אָפּצאָל), אָבער מיט אַ גאָר אַנדערן סדר פֿון די אותיות. יענע סיסטעם, וואָס הייסט QWERTY, איז באַזירט אויפֿן אותיות־סדר פֿון דער ענגלישער קלאַוויאַטור, וווּ דער ייִדישער אות „מ‟ געפֿינט זיך אויף דער קלאַוויש M, און דער „ט‟ געפֿינט זיך אויפֿן קלאַוויש T. (דער איינציקער אויסנאַם איז דער אות „ש‟, וואָס געפֿינט זיך אויפֿן קלאַוויש W, ווײַל קיין ייִדישער קלאַנג פֿאַר W איז אויף ייִדיש נישטאָ). בײַ מענטשן, וואָס קענען טיפּירן גיך אויף ענגליש, איז די QWERTY־סיסטעם אַ סך גרינגער צו ניצן, איידער זיך אויסצולערנען די טראַדיציאָנעלע ייִדישע קלאַוויאַטור.
מער אינפֿאָרמאַציע וועגן דער QWERTY־קלאַוויאַטור קען מען געפֿינען אויף קלעמעצנאָמס בלאָג.
דאָס קענען שרײַבן טעקסטלעך און בליצבריוו מיט די דיאַקריטישע צייכנס אויף אַן „אײַ־פֿאָון‟ איז אַ זאַך, וואָס ייִדישיסטן, ייִדיש־סטודענטן און ־אַקאַדעמיקער האָבן שוין לאַנג געוואַרט אויף דעם. ביז איצט האָט מען געמוזט שרײַבן מיט לאַטײַנישע אותיות, אָדער — אויב מע האָט געוואָלט דווקא שרײַבן מיט אַ ייִדישער שריפֿט — מיט דער העברעיִשער קלאַוויאַטור, וואָס נעמט נישט אַרײַן קיין שום נקודות. אַנשטאָט דעם זאַץ: „עס פֿרייט מיך, וואָס די שרײַבסט אַ נײַ בוך‟, האָט מען געמוזט שרײַבן: Es freyt mikh vos du shraybst a nay bukh אָדער: „עס פרייט מיך וואס דו שרייבסט א ניי בוך‟.
דאָס שרײַבן ייִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות איז הײַנט אַזוי פֿאַרשפּרייט, אַז אַ סך מענטשן זאָרגן זיך, אַז מיט דער צײַט וועט מען אין גאַנצן אויסמײַדן דעם ייִדישן אַלף־בית בײַם שרײַבן אויף ייִדיש. שוין אין 2009 האָט ד״ר שיקל פֿישמאַן שטאַרק קריטיקירט „די שיטה פֿון שרײַבן ייִדיש מיט גוייִשע אותיות, דאָס הייסט, מיט די אותיות פֿון ׳גלחות׳‟: „אין די ייִדישע אותיות ליגט ניט נאָר אַ וועלט מיט ייִדישער שיינקייט, אַ וועלט מיט ייִדישער קדושה, מיט ייִדישן אויסדויער, מיט ייִדישן שטאָלץ, נאָר אַ וועלט וואָס איז פֿול אי מיט ייִדישן אינהאַלט און אי מיט ייִדישן אָנהאַלט!‟ האָט פֿישמאַן באַמערקט.
ד״ר סת וואַרד, אַ לערער פֿון ייִדישע און מוסולמענישע שטודיעס אינעם אוניווערסיטעט פֿון ווײַאָמינג, איז אויך שטאַרק קעגן דעם שרײַבן ייִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות. „העברעיִסטן און ישׂראלים שרײַבן קיין מאָל נישט העברעיִש מיט לאַטײַנישע אותיות אין זייערע בליצבריוו אָדער טעקסטלעך,‟ האָט וואַרד געזאָגט. „זיי ניצן אָדער די העברעיִשע שריפֿט, אָדער זיי שרײַבן עס אין גאַנצן אויף ענגליש.‟
„איך קען זיך אַפֿילו נישט פֿאָרשטעלן, אַז דער ׳פֿאָרווערטס׳ אָדער די ווערק פֿון שלום־עליכם און מענדעלע מוכר ספֿרים זאָלן אַמאָל געדרוקט ווערן אין דער ענגלישער טראַנסקריפּציע,‟ האָט וואַרד געזאָגט. „הייסט עס, אויב מענטשן וועלן נישט אויפֿהערן צו שרײַבן ייִדיש בלויז מיט לאַטײַנישע אותיות, וועט מען מיט דער צײַט קיין מאָל נישט לייענען די זאַכן.‟
די האָפֿענונג איז, אַז איצט, ווען מע וועט שוין קענען שרײַבן די דיאַקריטישע צייכנס אויפֿן „אײַפֿאָון‟, וועלן אַלץ מער ייִדיש־קענער אָנהייבן שרײַבן זייערע אָנזאָגן מיט ייִדישן אַלף־בית. בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟ האָט קיי דערציילט ווי אַזוי ער איז בכלל געקומען צו אַזאַ פּראָיעקט — בפֿרט, אַז קיין ייִדיש האָט ער אין דער היים נישט געהערט ווײַל ביידע עלטערן זענען געווען „יעקעס‟ — דײַטשע ייִדן. (ווי באַקאַנט, האָבן די יעקעס נישט געהאַלטן פֿונעם „זשאַרגאָן‟ פֿון זייערע מיזרח־אייראָפּעיִשע שוועסטער און ברידער.)
ווי אַ דערוואַקסענער, האָט קיי זיך באַקענט מיט דער ייִדישער שפּראַך דורך געזאַנג. יאָרן לאַנג האָט ער געדינט ווי דער בעל־תּפֿילה פֿון אַ רעפֿאָרם־טעמפּל אין ברידזשפּאָרט, קאָנעטיקאָט, און הײַנט פֿירט ער אָן מיטן דאַווענען בײַ דער סינאַגאָגע „בית שׂימחת־תּורה‟ אין גרעניטש־ווילעדזש. אַחוץ דעם, האָט ער במשך פֿון די יאָרן געזונגען אין עטלעכע ייִדישע כאָרן, וווּ ער האָט זיך אויסגעלערנט אַ צאָל ייִדישע לידער.
און ווי אַזוי האָט ער זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער ייִוואָ־אָרטאָגראַפֿיע? „בײַם אויסלערנען זיך די ייִדישע לידער, האָב איך אויך געפּרוּווט לייענען דעם טעקסט מיטן ייִדישן אַלף־בית, און נישט בלויז די ענגלישע טראַנסקריפּציע,‟ האָט ער באַמערקט. „ס׳האָט מיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט, וואָס די אָרטאָגראַפֿיע אויף ייִדיש איז אַזוי אַנדערש ווי די העברעיִשע.‟
קיי האָט באַשלאָסן, אַז ער וויל זיך טאַקע אויסלערנען לייענען און שרײַבן אויף ייִדיש, און פֿאַראַיאָרן האָט ער גענומען ד״ר שבֿע צוקערס און פּערל טייטלבוימס אינטערנעץ־קורס. ערשט דעמאָלט איז אים אײַנגעפֿאַלן די המצאה צו שאַפֿן אַ ייִוואָ־געשטימטע קלאַוויאַטור פֿאַרן „אײַ־פֿאָון‟.
„איך האָב שוין סײַ־ווי געזוכט אַן אופֿן צו אַרבעטן מיט Apple, און דער איינציקער אופֿן דאָס צו טאָן איז צו שאַפֿן אַן אייגענעם ׳אַפּ׳ פֿאַר זיי,‟ האָט ער דערקלערט. צוליב דעם וואָס קיינער האָט נאָך נישט געהאַט געשאַפֿן קיין „ייִוואָ‟־קלאַוויאַטור פֿאַרן „אײַ־פֿאָון‟ לויט דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער קלאַוויאַטור, האָט קיי דערזען אין דעם אַ גאָלדענע געלעגנהייט.
הגם קלעמענצאָנס QWERTY-קלאַוויאַטור קענען אַלע שוין ניצן, איז קייס „אַפּ‟ נאָך אַלץ אין דער „טעסט־סטאַדיע‟. „בלויז 15 מענטשן האָבן איצט צוטריט צו דעם — זיי זענען מײַנע אויספּרוּווער,‟ האָט קיי געזאָגט. „האָפֿנטלעך, בשעת זיי ניצן טאָג־טעגלעך די קלאַוויאַטור, וועלן זיי שוין געפֿינען אַלע פֿעלערן אין דער סיסטעם. דאָס וועט מיר שטאַרק העלפֿן צו פֿאַרבעסערן דעם ׳אַפּ׳, איידער Apple מאַכט עס צוטריטלעך פֿאַרן ברייטן עולם.‟
ווי נאָר דער „אַפּ‟ וועט אַרויסגעשטעלט ווערן, וועלן די לייענער פֿון אונדזער צײַטונג קענען צוקומען צו אים דורך אונדזער וועבזײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.