נישט לאַנג צוריק, האָט דער אינטערנעץ־זשורנאַל „דזשאַדאַליאַ‟, געווידמעט פֿאַרשיידענע מיטל־מיזרחדיקע ענינים, פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אינטערוויו מיט עוואַ שוחט, אַ באַקאַנטע פּראָפֿעסאָרין פֿונעם ניו־יאָרקער אוניווערסיסעט, אין שײַכות מיט איר אַנומלטיקער פּובליקאַציע פֿון אַ נײַעם פֿאָרש־אַרטיקל, מיטן נאָמען „די פֿראַגע פֿון ייִדיש־אַראַביש‟, וועגן דעם אַראַבישן דיאַלעקט פֿון באַגדאַדער ייִדן, פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם לעצטן נומער פֿונעם פֿאָרשערישן „זשורנאַל פֿון אַראַבישע שטודיעס‟.
שוחט איז אַ באַקאַנטע אַקטיוויסטקע פֿון דער איראַקיש־ייִדישער עדה, צו וועלכער זי אַליין געהערט, און שטרעבט אָפּצוהיטן די אוניקאַלע שפּראַך און קולטור פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן באַגדאַד. אין פֿאַרשיידענע אַראַבישע לענדער האָבן די ייִדן גערעדט אויף באַזונדערע דיאַלעקטן, וואָס מע קאָן באַטראַכטן ווי אינגאַנצן אַנדערע שפּראַכן. די באַגדאַדער ייִדן האָבן געשאַפֿן אַ רײַכע אייגענע ליטעראַטור אויף זייער פֿאָרעם פֿון ייִדיש־אַראַביש; אין די אַנדערע שטעט פֿונעם דרומדיקן איראַק האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג גערעדט אויפֿן זעלבן לשון.
אין איר אינטערוויו, דערקלערט שוחט, אַז אין איר משפּחה האָט יעדער באַטראַכט זייער מאַמע־לשון ווי אַראַביש. אין דער זעלבער צײַט, האָבן די ייִדן גאַנץ גוט געוווּסט, אַז זייער שפּראַך איז באַקאַנט ווי „האַקי מאַל יאַהוד‟, די ייִדישע רייד, וואָס שיידט זיך אונטער פֿונעם אַרומיקן מוסולמענישן אַראַביש. דעם דאָזיקן מצבֿ קאָן מען פֿאַרגלײַכן מיט דער פֿריִיִקער תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש, ווען די דײַטשישע ייִדן האָבן געוווּסט, אַז הגם זיי רעדן אויף לשון־אַשכּנז, שיידט זיך זייער „ייִדיש־טײַטש‟ אונטער פֿונעם קריסטלעכן דײַטש.
שוחט דערקלערט אָבער, אַז ס׳איז נישט ריכטיק צו פֿאַרגלײַכן דאָס מאַמע־לשון פֿון איר משפּחה מיט ייִדיש. במשך פֿון הונדערטער יאָרן האָט ייִדיש זיך אינגאַנצן אָפּגעטיילט אין אַלע אַספּעקטן פֿון וועלכע־ניט־איז דײַטשישע דיאַלעקטן. אַלע הײַנטצײַטיקע דיאַלעקטן פֿון ייִדיש שטעלן מיט זיך פֿאָר איין שפּראַך־קאָנטינוּוּם. אַ ליטווישער ייִד רעדט אויף דער זעלבער שפּראַך, ווי אַ פּוילישער, נישט געקוקט אויף געוויסע פֿאָנעטישע און גראַמאַטישע חילוקים. דער מצבֿ מיט ייִדיש־אַראַביש איז אָבער גאָר אַנדערש. אַ מאַראָקאַנער ייִד קען נישט פֿאַרשטייט אַן איראַקישן ייִד, ווײַל זיי רעדן פֿאַקטיש אויף באַזונדערע שפּראַך, הגם יעדער פֿון זיי מיינט, אַז זיי רעדן פּשוט אויף אַראַביש מיט אַ ייִדישן טעם.
די פּראָפֿעסאָרין פֿרעגט אַ צאָל קשיאות, פֿאַרוואָס געוויסע ווערק, פֿאַקטיש אָנגעשריבן אויפֿן געוויינטלעכן ליטעראַרישן אַראַביש, ווערן באַטראַכט ווי „ייִדיש־אַראַבישע‟. למשל, איז מיט איבער 100 יאָר צוריק אין באַגדאַד אַרויס אַ פֿרויען־ספֿר וועגן הלכות־נידה מיטן נאָמען „קאנון אל נסא‟. דער מחבר דערקלערט, אַז זײַן ווערק איז אָנגעשריבן אויפֿן „פּשוטן אַראַביש‟. אויב אַזוי, פֿאַרוואָס באַטראַכטן געוויסע פֿאָרשער די שפּראַך פֿון אַזעלכע ווערק ווי אַ ספּעציפֿיש ייִדיש לשון?
אינעם „אַלטאַס פֿון אונטערגייענדיקע שפּראַכן‟ פֿון „אונעסקאָ‟, די קולטור־סעקציע בײַ דער „יו־ען‟, ווערט ייִדיש־אַראַביש אַרײַנגעשריבן אין דער רשימה פֿון שטאַרבנדיקע לשונות. ווידער פֿרעגט שוחט די שאלה: וואָס פֿאַר אַ מין ייִדיש־אַראַביש און ווי ווײַט איז עס אַנדערש פֿון דער אַלגעמיינער אַראַבישער שפּראַך אין איראַק, טוניס צי תּימן, וואָס בליט ווײַטער און בלײַבט גאַנץ לעבעדיק. לערנט אויס געוויסע ייִדישע אויסדרוקן — און נאַט אײַך דעם אָרטיקן ייִדיש־אַראַביש. אויב דער יונגער דור מיזרחדיקע ייִדן וועט לערנען, ווי געהעריק, די געוויינטלעכע אַראַבישע שפּראַך פֿון זייער משפּחה־לאַנד, קאָנען זיי גרינג אויפֿלעבן די ייִדישע פֿאָרעם פֿון דער דאָזיקער שפּראַך.
אַן אַנדער אינטערעסאַנטע פֿראַגע, וואָס שוחט דערמאָנט אין איר אַנומלטיקן פֿאָרש־אַרטיקל, איז דער מצבֿ פֿון די קריסטלעך־אַראַבישע ריידענישן. אַזוי ווי ייִדן, באַנוצן זיך די קריסטן אין דער אַראַבישער וועלט מיט געוויסע ספּעציפֿישע ווערטער און אויסדרוקן. צי זאָל מען אַזעלכע ריידענישן אויך באַצייכענען באַזונדער, ווי „ייִדיש־קריסטלעכע‟ שפּראַכן?
ס׳איז אויך אינטערעסאַנט, ווי שוחט גיט צי, אַז נישט ווייניק אַראַבישע מוסולמענער, וואָס האָבן געוווינט בשכנות מיט די ייִדן, האָבן גוט געקענט זייער שפּראַך. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ טייל פֿון די פּאָליאַקן און אוקראַיִנער, וואָס האָבן פֿאַרשטאַנען ייִדיש, איז עס אָבער פֿאַר זיי געווען אַ ייִדישער וואַריאַנט פֿון זייער אייגענער שפּראַך, אַראַביש.
אַזוי צי אַזוי, איז כּדאַי זיך צו פֿאַרטראַכטן, אַז ייִדיש פֿאַרנעמט אַן אוניקאַלע פּאָזיציע צווישן די טראַדיציאָנעלע לשונות פֿון אַנדערע ייִדישע עדות. אונדזער לשון איז זיכער אַ באַזונדערע נאַציאָנאַלע שפּראַך. דאָס מיינט נישט אָבער, אַז די איראַקישע ייִדן מוזן פֿאָלגן דעם זעלבן סאָציאָ־לינגוויסטישן מאָדעל. פֿון קדמונים אָן האָבן זיי גערעדט אויף אַראַביש מיט אַ ייִדישן טעם, אָבער זיך פֿאָרט באַטראַכט ווי אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער אַראַבישער קולטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.