ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published February 08, 2016, issue of March 04, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

דאָס נײַע שול־יאָר הײבט זיך אָן פֿאַר ייִדישע שולן

דאָס נײַע יאָר 2016 האָט זיך אָנגעהױבן פֿאַר ייִדישע טאָגשולן, צוגאָב־שולן, יוגנט־גרופּעס און קולטור־אינסטיטוציעס. חב״ד ניו־יאָרק און חב״ד מעלבורן

דער חינוך־צװײַג פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון חב״ד אין ניו־יאָרק האָט געמאָלדן, אַז זי איז נישט מסכּים מיט די פּלענער פֿאַר אַ נײַער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון חב״דס ישיבֿה־צענטער אין מעלבורן.

לױטן פּלאַן, װאָלט די מעלבורנער חב״ד־אָרגאַניזאַציע געװען אָנגעפֿירט פֿון אַ ראַט מיט אַכט מיטגלידער און מיט אַן אומאָפּהענגיקן פֿאָרזיצער.

אַ צװײטער ראַט װאָלט אָנגעפֿירט מיט חב״דס מעלבורנער מײדלשע און ייִנגלשע טאָגשולן: ישיבֿה־קאָלעדזש און בית־רבֿקה־קאָלעדזש. דער ראַט דאַרף באַשטײן פֿון נײַן מיטגלידער, צװישן זײ — פֿיר, װעלכע עס װעלן באַשטימען די עלטערן פֿון די תּלמידים און תּלמידות. אַ דריטער ראַט װאָלט אָנגעפֿירט מיט אַלע אַנדערע חב״ד־אָרגאַניזאַציעס, װעלכע געפֿינען זיך בײַם ישיבֿה־צענטער.

חב״ד ניו־יאָרק טענהט, אַז אַלע לאָקאַלע חב״ד־אָרגאַניזאַציעס מוזן בלײַבן אונטער דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿונעם רבינס פֿאָרשטײער אין ניו־יאָרק און אין מעלבורן. חב״ד ניו־יאָרק האָט געשאַפֿן אַ ראַט פֿון פֿיר רבנים, װעלכע װעלן באַהאַנדלען דעם ענין אין דער צוקונפֿט. זײ זאָגן, אַז זײ װעלן באַזוכן מעלבורן אין דער נאָענטער צוקונפֿט, „אױב זײ װעלן עס האַלטן פֿאַר נײטיק‟. זײ זאָגן אױך, אַז זײ װילן פֿאַרזיכערן דאָס גײַסטיקע לעבן פֿון די תּלמידים און די תּלמידות. זײער פֿאָרשטײער איז זיך מודה געװען צו אַ מעלבורנער זשורנאַליסט, אַז דער איצטיקער אָנפֿירער פֿון חב״ד אין מעלבורן, הרבֿ חיים־צבֿי גראָנער, איז באַרעכטיקט גוטצוהײסן די פֿאָרגעלײגטע ענדערונגען אין דער סטרוקטור פֿון דער לאָקאַלער אָרגאאַניזאַציע.

פֿאָרשטײער פֿון דער לאָקאַלער אָרגאַניזאַציע זאָגן, אַז זײ װילן „אַדאָפּטירן אַ קאָרפּאָראַטיװע סטרוקטור פֿאַרן ישיבֿה־צענטער, װאָס שפּיגלט אָפּ אַ גוטע רעגירונג און פֿאָלגט נאָך די פּרינציפּן פֿון חב”ד ליובאַװיטש, און דעם װעג װאָס דער רבי האָט אונדז געװיזן‟.

ייִדישער שטאָלץ

ייִדישע לעזביאַנקעס, האָמאָ־סעקסואַליסטן, בי־סעקסואַליסטן און טראַנס־סעקסואַליסטן (להב״ט) זײַנען זיך צונױפֿגעקומען מיט די מיטגלידער פֿון לאָקאַלע ייִדישע יוגנט־גרופּעס אָפּצומערקן דעם „גײ‟־שטאָלץ־טאָג אין מעלבורן דעם פֿאָריקן זונטיק. די יוגנט־גרופּעס „סקיף‟, „הבונים‟, „השומר הצעיר‟, נצ״ר און דער פֿאַרבאַנד פֿון אױסטראַלישע ייִדישע סטודענטן האָבן אָנטײל גענומען אינעם מאַרש, אין אײנעם מיט דער קהילה פֿון דעם שטאַט װיקטאָריע און אַנדערע אָרגאַניזאַציעס און יחידים. די קהילה האָט לעצטנס אַרױסגעגעבן אַ רשימה נעמען און אַדרעסן פֿון די אָרגאַניזאַציעס, װעלכע באַדינען די להב”ט באַפֿעלקערונג אין װיקטאָריע.

רעדאַקטאָר פֿון מעלבורנער טאָג־צײַטונג בײַ דער לאָקאַלער קהילה

ענדרו האָלדען
ענדרו האָלדען

ענדרו האָלדען, דער הױפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער גרױסער ענגליש־שפּראַכיקער מעלבורנער טאָג־צײַטונג The Age איז בײַגעװען אױף אַ פּלענום פֿון דער לאָקאַלער ייִדישער קהילה. ער האָט גערעדט 16 מינוט אויף פֿאַרשידענע טעמעס, אײדער ער האָט אָנגעהױבן ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿונעם עולם פֿון אַן ערך 150 מאַן. עטלעכע פֿראַגעס זײַנען געװען װעגן דעם צײַטונגס צוגאַנג צו מדינת־ישׂראל און צו דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ. דער רעדאַקטאָר האָט אונטערגעשטראָכן, אַז פֿאַר דער גרױסער מערהײט פֿון זײַנע לײענער, איז דאָס נישט קײן װיכטיקע טעמע. ער האָט דערמאָנט, אַז שלעכטע נײַעס פֿאַרקױפֿן צײַטונגען און, אַז „טױטע ישׂראלים פֿאַרקױפֿן נישט קײן צײַטונגען‟. צום סוף, האָט ער צוגעזאָגט צו קאָנטראָלירן דעם װאָקאַבולאַר װאָס זײַן צײַטונג נוצט, צו באַשרײַבן בײדע צדדים אין אירע לײט־אַרטיקלען. ער האָט אױך געזאָגט, אַז ער װעט זען, אַז די צאָל פּראָ־פּאַלעסטינישע אַרטיקלען אױף דער רעדאַקציע־זײַט פֿון דער צײַטונגען זאָלן נישט איבערשטײַגן די צאָל פּראָ־ישׂראלדיקע אַרטיקלען אױף יענער זײַט.