ייִדישע ביכער־סעריעס אין פּעטערבורג

Yiddish Book Series in Saint Petersburg

ביכער פֿון דער נײַער אויסשטעלונג
ביכער פֿון דער נײַער אויסשטעלונג

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 09, 2016, issue of March 04, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער קינסטלערישער אַספּעקט פֿון די אַמאָליקע ייִדישע ביכער־סעריעס איז אויך גאָר אינטערעסאַנט. צום בײַשפּיל, האָט די קיִעווער „קולטור־ליטע‟ צוגעטראַכט אַ געוויסן סטיל פֿון אילוסטראַציעס, לויט דער סאָוועטישער קונסט־שיטה פֿון קאָנסטרוקטיוויזם. מער ווי 100 בענדער האָבן געפֿאָלגט דעם זעלבן מוסטער, אָבער יעדעס בוך אין דער סעריע האָט געהאַט אַן אוניקאַלן טעם.

קנאָרינג האָט באַמערקט, אַז פֿאַר דער רעוואָלוציע זענען אַ סך ייִדישע סעריע־אויסגאַבעס געווען באַקאַנט ווי „פֿאָלקס־ביכער‟. נאָך דער רעוואָלוציע האָט די טערמינאָלאָגיע זיך פּלוצעם געביטן; פֿאַקטיש די זעלבע מינים סעריעס האָבן באַקומען דעם נאָמען „מאַסן־אויסגאַבעס‟. פֿאַר די סאָציאַלע פּסיכאָלאָגן שטעקן אין אַזעלכע טערמינאָלאָגישע פּיטשעווקעס אַ סך רעטענישן, וואָס ס׳וואָלט געווען כּדאַי אויסצופֿאָרשן ווי געהעריק.

די פֿאָריקע אויסשטעלונגען פֿון ביכער אויף ייִדיש אין דער פּעטערבורגער רוסלענדישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק, וועלכע האָבן זיך אָנגעהויבן מיט 5 יאָר צוריק, זענען געווען געווידמעט געוויסע ספּעציפֿישע טעמעס: בעלעטריסטיק, ביכער פֿאַר קינדער און יוגנט, פּאָליטישע און פּראָפּאַגאַנדיסטישע אויסגאַבעס. די הײַנטיקע אויסשטעלונג נעמט אַרום כּלערליי טעמעס, אַרײַנגערעכנט אַסטראָנאָמיע, מעדיצין, כאָר־זינגען, מאָלערײַ. קנאָרינג האָט באַטאָנט, אַז אַ דאַנק דער פּעטערבורגער פֿאָטאָגראַפֿין יהודות ליס, וועלכע וווינט איצט אין ישׂראל, קאָנען די תּושבֿים פֿון אַנדערע שטעט און לענדער זיך באַקענען מיט אַלע עקספּאָנאַטן אויף דער וועבזײַט פֿון דער ביבליאָטעק.

אין דער רוסלענדישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק געפֿינען זיך בערך 20,000 ביכער אויף ייִדיש, אַרײַנגערעכנט אַ סך אוניקאַלע סאָוועטישע אויסגאַבעס. הגם פֿאַרשיידענע ביכער־סעריעס אויף ייִדיש זענען אַרויסגעגעבן געוואָרן אויך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אַרגענטינע און אַנדערע לענדער, איז רוסלאַנד געווען אַ וועלט־צענטער פֿון אַזעלכע אויסגאַבעס, וואָס בלײַבן נאָך זייער באַקאַנט און פּאָפּולער אויף רוסיש.

צום בײַשפּיל, האָט דער רוסלענדישער פֿאַרלעגער פֿלאָרענטי פּאַוולענקאָוו געגרינדעט נאָך פֿאַר דער רעוואָלוציע, אינעם יאָר 1890, אַ סעריע ביאָגראַפֿישע ביכער וועגן „אויסגעצייכנטע פּערזענלעכקייטן‟, וואָס גייט נאָך אַלץ אַרויס; אינעם יאָר 2001 האָט דער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין באַגריסט די הײַנטיקע פֿאַרלעגער מיטן אַרויסגעבן דעם 1000טן באַנד אין דער סעריע. הגם קיין ייִדישער פֿאַרלאַג האָט נישט דערגרייכט אַזאַ רעקאָרד, זענען אין רוסלאַנד אַרויס אַ גרויסע צאָל פּרעכטיקע פֿיל־בענדיקע ביכער־סעריעס אויף ייִדיש, מיט וועלכע די לייענער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ קאָנען זיך באַקענען אָט־דאָ: //expositions.nlr.ru/ex_olcaa/series/