נישט לאַנג צוריק, האָבן צוויי אָנגעזעענע וויסנשאַפֿטלער פֿון קאַליפֿאָרניער טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט, „קאַלטעק‟, קאָנסטאַנטין באַטיגין און מײַק בראַון, פֿאַרעפֿנטלעכט ערנסטע ראַיות, לויט וועלכע אין אונדזער זון־סיסטעם מוז זײַן אַן אַנדער פּלאַנעט, און טאַקע זייער אַ גרויסע, וואָס קאָן זיך פֿאַרגלײַכן מיט נעפּטון און איז בערך 10 מאָל גרעסער, ווי די ערד. נאָך אַ פֿאָרזיכטיקן קאָמפּיוטער־אַנאַליז פֿון געוויסע גראַוויטאַציע־פֿענאָמענען, האָבן זיי באַשלאָסן, אַז ווײַט אַרום דער זון דרייט זיך אַן אומבאַקאַנטער שווערער אָביעקט, וואָס מאַכט אַ קרײַז במשך פֿון 15,000 יאָר. די מאָדנע אָרביטן פֿון אַ צאָל קלענערע אָביעקטן לייגן זיך אויפֿן שׂכל, אָבער דער אומבאַקאַנטער קערפּער האָט אויף זיי געווירקט מיט זײַן שטאַרקן גראַוויטאַציע־קראַפֿט.
אויב די חשבונות זענען ריכטיק, מוז דער נײַער פּלאַנעט זײַן גאָר ווײַט, 600—1200 מאָל ווײַטער, ווי די דיסטאַנץ צווישן דער זון און אונדזער ערד. ס׳איז נישט קיין חידוש, אַז די אַסטראָנאָמען האָבן די נײַע פּלאַנעט ביז הײַנט נישט באַמערקט. די פֿאָרשער האָבן אָבער שוין אָנגעוויזן, אין וועלכן טייל פֿונעם הימל דאַרף מען עס זוכן.
יעדער יודע־ספֿר, וואָס האָט געלערנט די אַלטע ייִדישע אַסטראָנאָמישע טעאָריעס, איז באַקאַנט מיט ראָשי־תּיבֿות „שצ״ם חנכ״ל‟. אַזוי פֿאַרקירצט מען די נעמען פֿון די אַזוי־גערופֿענע קלאַסישע זיבן פּלאַנעטן: שבתאי, צדק, מאדים, חמה, נוגה, כּוכבֿ, לבֿנה, באַקאַנט אויפֿן פּשוטן ייִדיש מיט זייערע לאַטײַנישע און גערמאַנישע נעמען: סאַטורן, יופּיטער, מאַרס, די זון, ווענערע, מערקורי און די לבֿנה.
הײַנט ווייסט מיר, אַז די זון איז אַ שטערן, די לבֿנה איז אַ סאַטעליט פֿון דער ערד, און די ערד גופֿא איז פּונקט אַזאַ פּלאַנעט, די דריטע אין דער זון־סיסטעם, ווי ווענערע און מאַרס. די קלאַסישע זיבן הימלישע קערפּערס, וואָס די מענטשן האָבן נאָך אין די אוראַלטע צײַטן באַמערקט, אַז זיי באַוועגן זיך אינעם הימל, אין פֿאַרגלײַך מיט די „שטענדיקע‟ שטערן, שפּילן נאָך אַלץ אַ גרויסע ראָלע אין דער ייִדישער טראַדיציע. די ייִדישע נעמען פֿון די וואָכן־טעג זענען דירעקט פֿאַרבונדן מיט די דאָזיקע קאָסמישע קערפּערס און זייערע גײַסטיקע כּוחות, וואָס די אַלט־גערמאַנישע פֿעלקער האָבן באַטראַכט ווי געטער. זונטיק און מאָנטיק ווערן אַסאָציִיִרט מיט דער זון און לבֿנה, פֿרײַטיק — מיט פֿריג, דעם גערמאַנישן וואַריאַנט פֿון ווענערע, וואָס די מקובלים באַטראַכטן, גאַנץ אינטערעסאַנט, ווי אַ פֿאַרקריפּלטע ווערסיע פֿון דער הייליקער שכינה, און שבת — מיטן פּלאַנעט שבתאי, סאַטורן. ווי באַלד די דאָזיקע פּלאַנעט באַוועגט זיך זייער פּאַמעלעך אויף דער אָרביט, ווערט עס אַסאָציִיִרט מיטן יום־מנוחה. איין יאָר, אַ פֿולער קרײַז־גאַנג אַרום דער זון, פֿאַרנעמט אויף סאַטורן איבער 29 אונדזערע יאָר.
אינעם יאָר 1781 האָט דער בריטישער אַסטראָנאָם וויליאַם הערשעל אַנטדעקט אַ נײַע פּלאַנעט, אוראַן, וואָס געפֿינט זיך נאָך ווײַטער פֿון דער זון, ווי סאַטורן. שפּעטער, האָבן די אַסטראָנאָמען אַנטדעקט נאָך צוויי פּלאַנעטן, נעפּטון און פּלוטאָן. אינעם יאָר 2005 האָט אָבער דער אינטערנאַציאָנאַלער אַסטראָנאָמישער פֿאַראיין באַשלאָסן, אַז פּלוטאָן איז צו קליין פֿאַררעכנט צו ווערן ווי אַן עכטער פּלאַנעט. אַזוי צי אַזוי, איז מיט אַ האַלב יאָר צוריק אַן אַמעריקאַנער קאָסמישע שיף צום ערשטן מאָל פֿאַרבײַגעפֿלויגן לעבן דעם דאָזיקן אָביעקט און האָט עס פֿאָטאָגראַפֿירט פֿון אַ רעלאַטיוו נאָענטער דיסטאַנץ.
ס׳איז טשיקאַווע, אַז בראַון טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן אויסשרײַבן פּלוטאָן פֿון דער ליסטע פֿון עכטע פּלאַנעטן. אינעם יאָר 2005 האָט ער, בשותּפֿות מיט טשאַדוויק טרוכילאָ און דוד ראַבינאָוויטש, אַנטדעקט עריס אָדער ערידע — אַ ווײַט פּלאַנעטעלע מערקווירדיק גרעסער, ווי פּלוטאָן. עריס האָט אַן אייגענע לבֿנה, דיסנאָמיע. עס קאָן זײַן, אַז אין דער זון־סיסטעם געפֿינען זיך אַנדערע אָביעקטן פֿון אַזאַ קאַליבער. צוליב דעם, האָבן די אַסטראָנאָמען באַשלאָסן, אַז אַזעלכע הימל־קערפּערס פֿאַרדינען נישט דעם חשובֿן טיטל פֿון פּלאַנעטן. איצט האָט בראַון פֿאַרחידושט די וועלט מיט אַ פֿאַרקערטער השערה, לויט וועלכער די רשימה פֿון עכטע גרויסע פּלאַנעטן איז נאָך נישט פֿאַרענדיקט. די קריטיקער זענען מסכּים, אַז באַטיגינס און בראַונס ברענגען שטאַרקע ראַיות, אַז זיי זענען טאַקע גערעכט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.