לייזער באַטאַליאָן און חיימי עלמאַן, די יונגע שטערן, סצענאַריסטן און רעזשיסאָרן פֿונעם פּאָפּולערן ייִדיש־שפּראַכיקן „סיטקאָם‟ „ייִדלײַף־קריזיס‟ האָבן געהאַט אַ סך דערפֿאָלג, אַ דאַנק זייער פּראָיעקט אין די לעצטע פּאָר חדשים.
„די אַקאַדעמיע פֿון קאַנאַדער פֿילם און טעלעוויזיע‟ האָט זיי לעצטנס נאָמינירט פֿאַר דער בעסטער אינטערנעץ־פּראָגראַם — אַן אויסצייכענונג, וואָס איז דער קאַנאַדער עקוויוואַלענט פֿון אַן „אָסקאַר‟־נאָמינאַציע. זיי האָבן פֿאָרגעשטעלט זייער פּראָגראַם אין קראָקע, תּל־אָבֿיבֿ, טאָראָנטאָ, מאָנטרעאָל, בירמינגהאַם (ענגלאַנד) און לאָס־אַנדזשעלעס. דער קאָמעדיע־דועט האָט אויך באַקומען אַ פּרעסטיזשפֿולע סובסידיע פֿונעם „נתן־פֿאָנד פֿאַר דער ROI־קהילה‟ און וועט אין גיכן אַרויסלאָזן אַ סעריע פֿון פֿינף רײַזע־באַריכטן, וואָס זיי האָבן פֿילמירט בעת זייער נסיעה קיין ישׂראל.
זייער „סיטקאָם‟ אַליין ווערט אַלץ מער פּאָפּולער. מע האָט שוין געזען די ערשטע צוויי עפּיזאָדן פֿונעם צווייטן סעזאָן פֿון „ייִדלײַף־קריזיס‟ מער ווי 100,000 מאָל אויף „יו־טוב‟, און דער דועט האָט נאָר וואָס פֿאַרענדיקט פֿילמירן אַ נײַעם עפּיזאָד מיט דער באַקאַנטער אַקטריסע מים ביאַליק, וואָס וועט באַלד אַרויסקומען לכּבֿוד „וואַלענטינס־טאָג‟. איך האָב געכאַפּט אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיט חיימי און לייזערן, כּדי זיך צו דערוויסן מער וועגן זייערע רײַזעס און ווי עס איז געווען צו אַרבעטן מיט מים ביאַליק.
וועגן זייער רײַזע קיין קראָקע האָט לייזער דערציילט, אַז „ס׳איז געווען וווּנדערלעך. מיר האָבן פֿאָרגעשטעלט אַ טייל פֿון אונדזער ׳שאָו׳ אין אַ שיל פֿונעם 16טן יאָרהונדערט. ס׳איז געווען זייער אינטערעסאַנט צו זען די שטאָט, ס׳זענען דאָ זייער אַ סך ׳קילע׳ זאַכן. דער ייִדישער קוואַרטאַל, למשל, איז געוואָרן ׳היפּ׳, אַזוי ווי דער ׳לאָוער־איסט־סײַד׳ פֿון ניו־יאָרק. ס׳זענען נאָך אַלץ דאָ פֿיר שילן אויפֿן שטח פֿון אַ האַלבן מײַל אין קוזמיר‟. לייזער האָט דערקלערט, אַז די פּראָגראַם, אָרגאַניזירט פֿונעם אָרטיקן ייִדישן קהילה־צענטער, אַזוי ווי ס׳רובֿ פֿון זייערע אויפֿטרעטן, האָט אַרײַנגענומען צוויי טיילן: אַ לעבעדיקע פֿאָרשטעלונג אויף ענגליש און אַ פּראָיעקציע פֿון זייערע פֿילמירטע עפּיזאָדן אויף ייִדיש.
אויף דער פֿראַגע, ווי אַזוי דער פּוילישער עולם האָט רעאַגירט אויף זייער קאָמעדיע, וואָס איז אַזוי געקניפּט און געבונדן מיט דער צפֿון־אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור בכלל, און דער מאָנטראַעלער ייִדישער קולטור בפֿרט, האָט חיימי דערקלערט: „עס האָט אויסגעזען, אַז אונדזער מאַטעריאַל איז זיי טאַקע געפֿעלן געוואָרן. די ייִדישע קהילה באַשטייט, צום גרעסטן טייל, פֿון ניט־ייִדן. דערפֿאַר זענען מיר געווען טאַקע אימפּאָנירט פֿון דעם, וויפֿל זיי האָבן געוווּסט וועגן ייִדישקייט. דער עולם, וואָס איז געקומען אויף אונדזער לעבעדיקער פֿאָרשטעלונג, איז געווען גאַנץ אַנדערש פֿונעם מין פּובליקום, צו וועלכן מיר זענען צוגעוווינט, ווײַל ס׳איז ניט געווען דורכויס אַ ייִדישער עולם. בשעתן פֿאָרשטעלן אונדזער פּראָגראַם האָבן מיר ניט געקענט דערקענען, צי עס איז זיי געפֿעלן געוואָרן. אָבער בײַם רעדן מיט זיי שפּעטער, איז עס געווען קלאָר, אַז ס׳איז זיי יאָ שטאַרק געפֿעלן געוואָרן‟.
אין בירמינגהאַם, ענגלאַנד, איז די חבֿרה פֿון „ייִדלײַף‟־קריזיס געפֿאָרן אויפֿן אָרטיקן „לימוד‟, וואָס האָט הײַיאָר צוגעצויגן העכער 3,000 באַטייליקטע. דאָרטן האָבן זיי אָנטייל גענומען אין אַ ריי פּאַנעלן און רעקאָרדירט אַ רעפֿעראַט פֿאַר דער אינטערנעץ־סעריע „דזשע־דאָוו‟, וואָס איז בעצם אַ ייִדישער נוסח פֿון Ted Talks. אין זייער רעפֿעראַט פֿאַר „דזשע־דאָוו‟ האָבן זיי דערקלערט וועגן דעם בראשית פֿון דעם פּראָיעקט.
„מיר האָבן געוואָלט פֿאָרלייגן די עכטע שמועסן, וואָס מיר האָבן שוין געהאַט וועגן דעם צוזאַמענשטויס צווישן אונדזער גאָר טראַדיציאָנעלער ייִדישער יונגט, און דער דורכויס־סעקולערער דרויסנדיקער וועלט, וואָס מיר האָבן באַגעגנט‟, האָט לייזער דערקלערט בעת זײַן „דזשע־דאָוו‟־רעדע. „און מיר האָבן באַשלאָסן דאָס צו טאָן אויף דער ייִדישער שפּראַך, צוליב עטלעכע טעמים: צו פּרעזערווירן די שפּראַך, אָפּצוגעבן כּבֿוד דעם אופֿן, ווי אַזוי מע האָט אונדז אויסגעהאָדעוועט און צו מאַכן אַ קליינע רעפֿערנץ צו אונדזערע קאָמעדישע העלדן… וואָס מיר האַלטן, אַז די ייִדישע קאָמישע טראַדיציע האָט זיי שטאַרק באַאײַנפֿלוסט‟.
נאָכן פֿאָרלייענען אַ טייל פֿון זייער רעפֿעראַט האָבן די צוויי אָנגעהויבן אַ גאָר־קאָמישן וויכּוח וועגן זייערע אידענטיטעטן, וואָס איז געווען גאַנץ ענלעך צום שטייגער ווי אַזוי זייערע העלדן אין „ייִדלײַף־קריזיס‟ אַמפּערן זיך כּסדר וועגן דער ייִדישער טראַדיציע. נאָכן אָפּשטעלן זייער צוגעגרייטע טענה־ומענה האָבן חיימי און לייזער דערקלערט, אַז די עיקר־יסודות פֿון זייער סעריע זענען די דעבאַטעס, וואָס זיי האָבן צווישן זיך וועגן זייערע באַציִונגען צו דער ייִדישער טראַדיציע. „׳ייִדלײַף׳־קריזיס איז דער געראַנגל איבער אידענטיטעט‟, האָט חיימי דערקלערט. „ס׳איז אַ געראַנגל, וואָס איז אַזוי אַלט ווי גאָט און יונה, אַבֿרהם און משה־רבינו, הלל און שמאי, דזשיגאַן און שומאַכער און, אויף אונדזער גאָר־אַבסורדישן אופֿן — מיר אַליין‟.
אין תּל־אָבֿיבֿ האָט דאָס פּאָרל זיך געטראָפֿן מיט מענדי כּהנא, כּדי זיך צו דערוויסן וועגן „יונג־ייִדיש‟, און אויך באַזוכט יפֿו, וווּ די אַראַבישע הענדלער שרײַען נאָך אַלץ „אַלטע זאַכן‟. זיי זענען אויך געפֿאָרן אויפֿן „שטאָלץ־פּאַראַד‟ פֿון די האָמאָסעקסואַליסטן. „תּל־אָבֿיבֿ איז אַן אויסערגעוויינטלעכע שטאָט‟, האָט לייזער מיר געזאָגט. „פֿאַר אונדזער פֿילם־סעריע האָבן מיר געוואָלט ווײַזן פּערספּעקטיוון וועגן דער שטאָט, וואָס זענען אַנדערש פֿון די געדאַנקען, וואָס מענטשן האָבן שוין פֿון פֿריִער‟.
בעת זייער באַזוך אין דער אויטאָבוס־סטאַנציע אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ עס געפֿינט זיך „יונג־ייִדיש‟, האָבן זיי געמאַכט אַ טור פֿונעם בנין, ברייט באַקאַנט ווי איינע פֿון די סאַמע עקלדיקסטע ערטער אין ישׂראל. פֿאַרן טרעפֿן זיך מיט כּהנא אינעם ערשטן עפּיזאָד פֿון זייער רײַזע־סעריע האָבן זיי באַזוכט אַ געשעפֿט פֿון סעקסועל שפּילוואַרג, וואָס געפֿינט זיך ממש אין דער סטאַנציע. בכּיוון צי ניט, דינט דער קאָנטראַסט צווישן דער „סעקס־קראָם‟ און די טויזנטער ייִדישע ביכער און זשורנאַלן, וואָס געפֿינען זיך אין דער הויפּט־קוואַרטיר פֿון „יונג־ייִדיש‟, ווי אַ בולטער באַווײַז, ווי מאַרגינאַליזירט עס איז הײַנט טאַקע די ייִדישע שפּראַך אינעם ייִדישן לאַנד.
ניט געקוקט אויף די אַלע אינטערעסאַנטע מאָמענטן אין דער רײַזע־סעריע, וואָס וועט אין גיכן אַרויפֿגעשטעלט ווערן אויף „יו־טוב‟, וועט דער ברייטערער עולם זיכער רעדן צום־מערסטנס וועגן דעם קומענדיקן עפּיזאָד פֿון „ייִדלײַף־קריזיס‟ גופֿא. די סיבה פֿאַרן אויפֿמערק באַשטייט אין דעם, וואָס צוזאַמען מיט לייזער און חיימי וועט שפּילן די באַקאַנטע אַקטריסע מים ביאַליק. ביאַליק, אַ ווײַטע קרובֿה פֿונעם אַמאָליקן פּאָעט חיים־נחמן ביאַליק, איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ רעפֿאָרמער ייִדישער משפּחה און האָט זיך אויסגעלערנט ייִדיש אין דער היים. כאָטש זי איז הײַנט מערסטנס באַקאַנט פֿאַר איר ראָלע ווי די נעווראָ־וויסנשאַפֿטלערין איימי פֿאַראַ פֿאָולער אויף דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם „די טעאָריע פֿונעם גרויסן קנאַל‟, האָט זי אַליין באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין נעווראָ־ווינסשאַפֿט און איז פּראָמינענט צוליב דעם, וואָס זי איז מסתּמא די סאַמע באַקאַנסטע פֿרומע ייִדישע אַקטריסע אין האָליוווּד.
אויף דער פֿראַגע, ווי אַזוי קומט עס, אַז די צוויי קאָמיקער פֿון „ייִדלײַף־קריזיס‟ האָבן מצליח געווען מיטצואַרבעטן מיט אַזאַ באַקאַנטן „סעלעבריטי‟ ווי מים ביאַליק, האָט חיימי דערקלערט, אַז אַזוי ווי אַ סך אַנדערע זאַכן אינעם הײַנטיקן לעבן האָט עס אַלץ זיך אָנגעהויבן אַ דאַנק דער אינטערנעץ.
„מיר האָבן אַ חבֿר, וואָס אַרבעט פֿאַרן Jewish Journal אין לאָס־אַנדזשעלעס און ער האָט רעצענזירט אונדזער אויפֿטריט אין לאָס־אַנדזשעלעס; מים האָט דאָס אַרויסגעשיקט דורך איר אייגענער טוויטער־קאָנטע. האָבן מיר געטראַכט, אַז אונדזער ׳שאָו׳ וועט איר אפֿשר געפֿעלן ווערן און מיר האָבן געוואָלט זיך טרעפֿן מיט איר. מיר האָבן זיך דערוווּסט, אַז זי וועט געבן די הויפּט־רעדע אין מאָנטרעאָל אויף דער לאַנצירונג פֿון אַ קאַמפּאַניע לטובֿת דער אָרטיקער ייִדישער פֿעדעראַציע. מיר האָבן זיך דעמאָלט געטראָפֿן מיט איר, און געבראַכט כּשרע מאָנרטעאָלער בייגלעך, וואָס מע האָט ספּעציעל געמאַכט אָן גלוטין‟.
לייזער האָט צוגעגעבן, אַז זיי האָבן איר דערקלערט דעם עפּיזאָד, וואָס זיי האָבן געוואָלט שאַפֿן מיט איר און זי איז גלײַך געווען אַ בעלנטע אויף דעם. זי האָט מיטגעאַרבעט בײַם צוגרייטן דעם סצענאַר מיט חיימי און לייזער, און די דרײַ האָבן רעפּעטירט צוזאַמען אין לאָס־אַנדזשעלעס, און פֿילמירט דעם עפּיזאָד. „מיר ווילן באַטאָנען, ווי פּראָפֿעסיאָנעל זי איז און ווי אָפֿן און ברייטהאַרציק זי איז געווען מיט אונדז‟, האָט חיימי איבערגעגעבן. „ס׳איז געווען אַ מחיה מיטצואַרבעטן מיט איר‟.
דער זעקס־מינוטיקער עפּיזאָד קומט פֿאָר אויף אַ ראַנדקע און ווײַזט, ווי לייזער גיט איבער, אַז „מים האָט אַ סך טאַלאַנטן און איז אויך דערצו זייער טאַלאַנטירט אין ייִדיש‟.
וואָס שייך זייערע פּלענער פֿאַר דער צוקונפֿט, האָפֿט דער קאָמעדיע־דועט צו מאַכן נאָך עפּיזאָדן מיט באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן, כּדי אויפֿצוהייבן דעם פּרעסטיזש סײַ פֿון דער ייִדישער שפּראַך, סײַ פֿון זיך אַליין. זיי פּלאַנירן אויך אַ סך רײַזעס, איבערהויפּט קיין אויסטראַליע און דרום־אַמעריקע, וווּ זיי האָפֿן צו מאַכן נאָך עפּיזאָדן פֿאַר זייער סעריע רײַזע־באַריכטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.