ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published February 09, 2016, issue of March 04, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

גליוויצע: רעסטאַוורירט דאָס טהרה־שטיבל

די שטאָט גליוויצע הייסט אויף דײַטש גלײַוויץ. ווי אין אַנדערע שטעט אין שלעזיע, זענען די דאָרטיקע ייִדן געווען נישט קיין פּוילישע ייִדן, נאָר אמתע יעקעס, דהײַנו, דײַטשע ייִדן.

אַגבֿ, עס זענען עד־היום דאָ דײַטשן, וואָס האַלטן, אַז שלעזיע געהערט צו זיי, און נישט די פּאָליאַקן. די גלײַוויצער ייִדן האָבן נישט אַזעלכע פֿאָדערונגען. אַ טייל פֿון זיי האָבן זייערע דײַטשישע מיטבירגער דערהרגעט אין בוכענוואַלד, און די, וואָס זענען ניצול געבליבן, זענען שוין מער צוריק נישט געקומען.

איצט האָט די שטאָט גליוויצע רעסטאַוורירט דאָס שיינע טהרה־שטיבל, וואָס דער באַרימטער ווינער אַרכיטעקט, אַ ייִד מיטן נאָמען מאַקס פֿלײַשער, האָט פּראָיעקטירט נאָך פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה.

פֿלײַשער האָט געבויט לויט דעם אַזוי גערופֿענעם נעאָ־גאָטישן סטיל און דאָס טהרה־שטיבל איז טאַקע מאַיעסטעטיש אין פֿולער פּראַכט. עס איז מסתּמא כּדאַי צו באַמערקן, אַז די שטאָט אַליין — און נישט קיין ייִדישע אָרגאַניזאַציעס — האָט באַצאָלט פֿאַר דער רענאָוואַציע פֿונעם שיינעם בנין. איצט וועט עס זײַן אַ טייל פֿונעם שטאָטישן מוזיי.

שטרויכלשטיינער אין אָנדענק פֿון די אומגעקומענע ייִדישע בירגער

וואָס זענען אַזוינס „שטאָלפּערשטײַנע‟? דאָס זענען שטרויכלשטיינער.

דער דײַטשישער קינסטלער גונטער דעמניג האָט אויסגעטראַכט אַן אופֿן ווי צו שטעלן אַ מין דענקמאָל פֿאַר די קרבנות פֿונעם חורבן. ער האָט אַרײַנגעשטעלט מעטאַלענע שטיינער מיט די נעמען פֿון די אומגעקומענע אינעם טראָטואַר לעבן די אַמאָליקע הײַזער פֿון די קרבנות אין עטלעכע דײַטשישע שטעט. אויף אַזאַ אופֿן דערמאָנט ער אַלעמען די נעמען פֿון כּמעט זעכציק טויזנט ייִדישע מיטבירגער, וואָס די נאַציס האָבן אומגעבראַכט.

איצט האָט דער דײַטשישער קינסטלער אַרײַנגעלייגט אַ האַלבן טוץ שטרויכלשטיינער אויך אין ווראָצלאַוו, דהײַנו, די אַמאָליקע דײַטשישע שטאָט ברעסלע. אינעם ברעסלויער הויז, וווּ דעמניג האָט אַרײַנגעשטעלט זײַנע שטרויכלשטיינער האָבן געוווינט פֿאַר דער מלחמה די משפּחות טרײַטל און זאָרעק. פֿון די טרײַטלס איז קיינער נישט געבליבן בײַם לעבן. מיכאל זאָרעק, אַן אַמעריקאַנער בירגער, איז געקומען אויף דער צערעמאָניע לכּבֿוד זײַן אומגעקומענער משפּחה.

לעאָן שפּילמאַן און זײַן מלחמה־ראַפּסאָדיע 

די פּוילישע שטאָט אָסטראָווצע האָט אַ נײַעם ערן־בירגער, דער קאָמפּאָזיטאָר לעאָן שפּילמאַן, דער קוזין פֿונעם באַרימטן פּיאַניסט וולאַדיסלאַוו שפּילמאַן, וואָס מיר קענען אַלע, אַ דאַנק ראָמאַן פּאָלאַנסקיס פֿילם „דער פּיאַניסט‟. שפּילמאַנס טאָכטער איז געקומען קיין אָסטראָווצע אויף דער אַנטהילונג־צערעמאָניע פֿונעם אָנדענק־טאָוול לכּבֿוד איר טאַטע.

שפּילמאַן האָט משנה־שם געווען אין אַמעריקע. געשטאָרבן אין עלטער פֿון 99 יאָר אין קאַנאַדע, שטאַמט ער פֿון אַ משפּחה פֿון מוזיקער. ווי אַ יונגער מאַן האָט ער באַגלייט אויף דער פּיאַנע שטומע פֿילמען אין די אָסטראָווצער קינאָס. שפּעטער האָט ער געגרינדעט אַן אָרקעסטער, וואָס האָט געשפּילט אויף שׂימחות.

שפּילמאַן האָט איבערגעלעבט די מלחמה אין פּוילן. אַ פּוילישער חבֿר האָט אים באַהאַלטן, אים און זײַן פֿרוי, נאָך דעם, וואָס זיי זענען אַנטלאָפֿן פֿון דער ליקווידאַציע פֿון דער אָסטראָווצער געטאָ. שפּילמאַן האָט געשאַפֿן גלײַך נאָך דער מלחמה אַ מוזיקאַליש ווערק: „ראַפּסאָדיע 1945-1939‟. במשך פֿון לאַנגע יאָרן איז די ראַפּסאָדיע געלעגן אין אַ רענצל אויפֿן בוידעם. ערשט אין יאָר 2000 האָט מען זי געשפּילט. ומעשׂה שהיה כך היה: דער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן האָט געפֿרעגט בײַ וולאַדיסלאַוו שפּילמאַן, צי ער האָט אפֿשר פֿאַר זיי אַ מוזיקאַליש ווערק. וולאַדיסלאַוו שפּילמאַן האָט געענטפֿערט, אַז ער האָט קיין מאָל נישט געשריבן קיין ייִדישע מוזיק. ער האָט אָבער דערמאָנט, אַז זײַן קוזין, לעאָן שפּילמאַן, האָט יאָ געשריבן ייִדישע מוזיק. לויט דער בקשה פֿונעם מוזיי האָט לעאָן שפּילמאַן אַראָפּגענומען די שטויביקע פּאַרטיטור פֿונעם בוידעם און זינט דעמאָלט איז די ראַפּסאָדיע געשפּילט געוואָרן איבער גאַנץ אַמעריקע און קאַנאַדע.

די ראַפּסאָדיע הייבט זיך אָן מיט קלאַנגען פֿון מלחמה — כּמו שיסערײַען, מאַרש פֿון סאָלדאַטן וכדומה. דער צווייטער טייל האָט אַ סך ייִדישע פֿאָלקס־מאָטיוון. דער מחבר דערציילט דורך דער מוזיק די טרויעריקע געשיכטע פֿונעם חורבן און דאָס באַהאַלטן זיך פֿון די דײַטשן. דער דריטער טייל איז שוין מער אָפּטימיסטיש און באַזינגט די באַפֿרײַונג.

איצט בלײַבט נאָר צו שפּילן די דאָזיקע רירנדיקע מוזיקאַלישע שאַפֿונג אויך בײַ אונדז אין פּוילן.