בעת מיר ייִדישיסטן דאָ אין אַמעריקע פּאָרען זיך אַרום אונדזערע קליינע טעמעס און פּילפּולען זיך איבער אַ הון, וואָס האָט געלייגט אַן איי אום יום־טובֿ; אָדער איבער אַ שטומען אַלף, האָט איינער אַ פּאַריזער ייִד, וואָס רעדט ניט קיין ייִדיש, שטילערהייט געמאַכט אַ רעוואָלוציע אין דער ייִדיש־פֿאָרשונג.
אָנהייב יאַנואַר איז אַרויס פֿון אָקספֿאָרד־פֿאַרלאַג אַ נײַ בוך פֿון אַלכּסנדר ביידער מיטן טיטל „בראשית(ן) פֿון די ייִדישע דיאַלעקטן‟ (Origins of Yiddish Dialects). איך שרײַב „בראשית(ן)‟, ווײַל דאָס ענגלישע Origins קען מען אויסטײַטשן סײַ איינצאָל, סײַ מערצאָל — און לויט ביידערס אַרגומענט איז ניט געווען קיין איין אָנהייב פֿון דער ייִדישער שפּראַך, נאָר דווקא עטלעכע.
פֿאַרן ענגלישן זשורנאַל „אין געוועב‟ דאַרף איך נאָך אָנשרײַבן אַ פּרטימדיקע רעצענזיע (צו פֿיל פּרטים!). דאָ וויל איך בלויז געבן, אויף איין פֿוס, ביידערס טעזע און מײַן דערווײַליקן אײַנדרוק. דאָס איז אַ באַנד פֿון זעקס הונדערט זײַטן און די אינפֿאָרמאַציע איז אַזוי געפּרעסט, אַז דאָס דורכאַקערן דעם טעקסט נעמט אַ לאַנגע צײַט פֿאַר אַ פּשוטן בשׂר־ודם (ווי איך), וואָס איז ניט קיין לינגוויסט און האָט ניט קיין פֿאָטאָגראַפֿישן זכּרון.
ביידער האָט צוגעטראַכט אַ געניאַלע ססיטעם פֿון ראָשי־תּיבֿות און קירצונגען, וואָס דערמעגלעכן אים פֿאָרצושטעלן הונדערטער פֿאַרשיידענע פֿאַקטאָרן און קוואַלן אויף בלויז עטלעכע זײַטן. ביז דו קלײַבסט זיך פֿונאַנדער אין דער דאָזיקער סיסטעם, בלעטערנדיק אַהין און צוריק, שווינדלט דיר דער קאָפּ. מיר פּערזענלעך וואָלט מער ניחא געווען, ווען דאָס בוך איז אַפֿילו צוויי מאָל אַזוי לאַנג, אַבי איך זאָל זיך ניט דאַרפֿן מוטשען מיט די דאָזיקע קירצונגען… אָבער ס׳איז פֿאָרט אויסערגעוויינטלעך — און עס גיט מיר אַ גוטן תּירוץ, פֿאַר וואָס איך קען נאָך ניט געבן קיין זיכערן ענטפֿער אויף דער פֿראַגע, צי איך מיין, אַז ביידערס אַרגומענט איז ריכטיק אָדער פֿאַלש. איך בין אָבער שוין נוטה צו זאָגן: ריכטיק.
קודם־כּל, האָט ביידער באַוויזן — נאָך בעסער ווי מאַקס ווײַנרײַך מיט פֿופֿציק יאָר צוריק — צו שאַפֿן אַ סינטעטיש בילד פֿון דער גאַנצער ייִדישער שפּראַך אין אירע פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן און היסטאָרישע תּקופֿות. צום ערשטן מאָל, דאַכט זיך, באַטראַכט ער די מערבֿ־ייִדישע דיאַלעקטן, וואָס זײַנען הײַנט פֿאַרגעסן געוואָרן, ווי גלײַך־באַרעכטיקטע צווײַגן פֿון דער שפּראַך. אַפֿילו ס׳רובֿ לייענערס פֿון „פֿאָרווערטס‟ ווייסן מסתּמא ניט, אַז ייִדן האָבן אַ מאָל גערעדט ייִדיש ניט בלויז אין פּוילן און ליטע, נאָר אויך אין האָלאַנד, טשעכיע, שווייץ, עלזאַס, דײַטשלאַנד, און אַפֿילו אין צפֿון־איטאַליע. אין משך פֿון די לעצטע צוויי הונדערט יאָר זײַנען די מערבֿ־ייִדישע דיאַלעקטן אויסגעשטאָרבן, און אין דער צײַט האָט מען ניט געשאַפֿן אויף זיי קיין סך ליטעראַטור — אָבער פֿאַר דער געשיכטע פֿון ייִדיש זײַנען זיי פּונקט אַזוי וויכטיק ווי דאָס לשון פֿון שלום־עליכם און פּרץ.
ביידערס גרויסער אויפֿטו איז צו ווײַזן, אַז די פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן שטאַמען ניט אָפּ פֿונעם זעלביקן מקור, אַז דער „קדמון־ייִדיש‟ פֿון אונדזערע ייִדיש־לינגוויסטן איז בעצם אַ פֿיקציע. לויט זייערע קלאַנגען, זײַנען אונדזערע דיאַלעקטן באַזירט, דער עיקר, אויף צוויי באַזונדערע דײַטשע דיאַלעקטן: דאָס ביימישע דײַטש (פֿון דער הײַנטיקער טשעכיע) און דאָס מיזרח־פֿרענקישע (פֿון דער פֿראַנקען־טעריטאָריע, וואָס נעמט אַרײַן נירנבערג, למשל). אונדזער מיזרח־ייִדיש, צוזאַמען מיטן טשעכישן ייִדיש (פֿונעם מהר״ל מ׳פּראָג, למשל) און דעם אַמאָליקן מיזרח־דײַטשישן ייִדיש (פֿון משה מענדלסאָן), זײַנען באַזירט אויפֿן ביימישן דײַטש, בעת די דיאַלעקטן פֿון מערבֿ־דײַטשלאַנד, שווייץ, און עלזאַס, זײַנען באַזירט אויף מיזרח־פֿרענקיש. דאָס האָלענדישע ייִדיש, ווידער, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ געמיש פֿון די מיזרחדיקע און מערבֿדיקע דיאַלעקטן, ווײַל אַ היפּשע צאָל פּליטים און אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע האָבן זיך דאָרטן באַזעצט.
דער פֿאַקט, אַז דער לשון־קודשדיקער קאָמפּאָנענט איז אומעטום דער זעלביקער, און אַז אַ סך ווערטער האָט מען געבאָרגט פֿון דער ווײַטנס, האָט עס, צום טייל, פֿאַרטושט דעם עיקרדיקן חילוק צווישן די צוויי גרופּעס ייִדישע דיאַלעקטן. דער וויכטיקער אונטערשייד איז ניט צווישן מיזרח־ייִדיש און מערבֿ־ייִדיש, ווײַזט ביידער, נאָר צווישן מיזרח־, טשעכיש און מיזרח־דײַטשיש ייִדיש, פֿון איין זײַט, און מערבֿ־דײַטשיש (און אפֿשר האָלענדיש) ייִדיש, פֿון דער צווייטער זײַט.
צי ביידער איז הונדערט פּראָצענט גערעכט אין זײַן אַנאַליז, קען איך נאָך ניט זאָגן (און אפֿשר וועל איך עס קיין מאָל ניט קענען זאָגן). אָבער ווער עס וויל אָפּפֿרעגן זײַן טעאָריע, דאַרף עס טאָן מיט דער זעלביקער גרונטיקייט און קפּדנות ווי ביידער האָט עס באַוויזן. בכל־אופֿן, האָט ער זיכער געמאַכט אַש און פּאָרעך פֿון די צוויי מער אָנגענומענע טעאָריעס: אַז ייִדיש איז באַזירט אויפֿן דיאַלעקט פֿון דער רײַן־געגנט אָדער פֿון בײַערן.
ריין אַקוסטיש, אַז מע הערט זיך צו צו די פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן, לייגט זיך ביידערס טעאָריע אויפֿן שׂכל. דאָס שווייצער ייִדיש, למשל, קלינגט פֿאַרן ניט־שווייצער ווי טערקיש. הערט אַן אויסצוג פֿון אַן אינטערוויו, וואָס אוריאל ווײַנרײַך האָט געמאַכט (אויף דײַטש) מיט אַן אינפֿאָרמאַנט פֿונעם שטעטל ענדינגען: //eydes.de/Usr11EC4D6CVR/index/li/li-026.html.
דאָס טשעכישע ייִדיש, ווידער, וואָס מע האָט אויפֿגעהערט צו רעדן אין טשעכיע גופֿא, אָבער ווײַטער גערעדט אין סלאָוואַקיע און אונגאַרן, קלינגט אַ סך היימישער (ניט בלויז דערפֿאַר, ווײַל עס רעדן אַזוי אַ סך אַלטע חסידים פֿונעם „אויבערלענד‟). הערט, למשל, ווײַנרײַכס אינטערוויו מיט אַ ייִד פֿון מאָגנדאָרף, סלאָוואַקיע: //eydes.de/Usr11EC4D6CVR/index/li/li-087.html.
פֿאַר אונדז קלינגט דער אַקצענט מאָדנע, אָבער די רייד גופֿא איז ניט שווער צו פֿאַרשטיין. און ווען די לינגוויסטן רעקאָנסטרויִרן ווי אַזוי אונדזער מיזרח־ייִדיש האָט אויסגעזען מיט הונדערטער יאָרן צוריק, איידער עס האָט זיך צעשפּאָלטן אויפֿן ליטווישן ייִדיש, פּוילישן ייִדיש, און אוקראַיִנישן ייִדיש, וואָלט עס געקלונגען ניט צו פֿיל אַנדערש ווי דער דאָזיקער מאָגנדאָרפֿער רעדט. פֿון דעם קען מען דרינגען, אַז די צוויי דיאַלעקטן האָבן מסתּמא דעם זעלביקן אָפּשטאַם.
איך קוק שטאַרק אַרויס צו לייענען די רעצענזיעס אויף ביידערס מײַסטערווערק, ספּעציעל פֿון די אמתע קענערס פֿון דער ייִדישער (און אויך דײַטשישער) דיאַלעקטאָלאָגיע. איין שוואַכער פּונקט איז אפֿשר ביידערס אַוועקשטעלן דאָס ביימישע דײַטש ווי דער יסוד פֿון מיזרח־ייִדיש, ווײַל עס דאַכט זיך, אַז „ביימיש דײַטש‟ איז ניט קיין דיאַלעקט אינעם געוויינטלעכן זינען. די ביימישע דײַטשן (דער עיקר, אינעם „סודעטנלאַנד‟) האָבן גערעדט דעם זעלביקן דיאַלעקט ווי זייערע דײַטשע שכנים אויף יענער זײַט גרענעץ, אין בײַערן און זאַקסן. דער ביימיש־דײַטשער ווערטערבוך, וואָס ביידער ציטירט, איז באַזירט בלויז אויף מיטל־עלטערישע מקורים און ניט אויפֿן לעבעדיקן דיאַלעקט, ווי די אַנדערע דיאַלעקט־ווערטערביכער. דעריבער איז ניט קיין חידוש, וואָס ביימיש דײַטש זעט אויס אַ סך מער קאָנסערוואַטיוו און אַ סך ענלעכער צו „קדמון־ייִדיש‟ ווי די אַנדערע דיאַלעקטן, וואָס האָבן זיך ווײַטער אַנטוויקלט אין משך פֿון די לעצטע פֿינף הונדערט יאָר.
אָבער וועגן די אַלע פֿראַגעס בלײַבט נאָך גענוג זיך צו גריבלען אין די אַלטע ספֿרים און צו דעשיפֿרירן די אַלע קירצונגען, רחמנא־לצלן, ביז מע וועט דערגיין אַ טאָלק. דערווײַל איז כּדאַי צו לייענען ביידערס בוך און צו באַוווּנדערן די געוואַלדיקע התמדה און חריפֿות, וואָס דער ייִד האָט אין דעם אַרײַנגעלייגט. מע קען עס קויפֿן אויף „אַמאַזאָן‟ פֿאַר בלויז $150, אָדער אפֿשר בעסער — לײַען בײַ דער ביבליאָטעק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.