דעם 8טן פֿעבוראַר האָט מען אויף דער וועבזײַט פֿונעם „אייראָ־אַזיאַטישן ייִדישן קאָנגרעס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ קליינעם באַריכט וועגן ייִדיש־לימודים אין רוסלאַנד, מיט אַ רוף צו לערנען ייִדיש און קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציע. צום ערשטן מאָל פֿאַרשפּרייט די דאָזיקע וועבזײַט אַזאַ אַלגעמיינע בקשה, הגם פֿריִער האָט מען שוין דאָרטן פֿאַרעפֿנטלעכט אַנאָנסן וועגן אַ צאָל קאָנקרעטע פּראָגראַמען פֿון ייִדיש־שטודיעס אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
אינעם קורצן באַריכט ווערט דערמאָנט, אַז לויטן סטאַטיסטישן חשבון פֿונעם יאָר 1897 איז ייִדיש געווען דאָס מאַמע־לשון בײַ 97 פּראָצענט פֿון 5.3 מיליאָן ייִדן אין דער רוסלענדישער אימפּעריע. שפּעטער, אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, ווי עס באַמערקן די מחברים פֿון דער אינפֿאָרמאַציע, האָט מען אָפֿיציעל אָנערקענט און געשטיצט ייִדיש ווי „די שפּראַך פֿון ייִדישע אַרבעטער־מאַסן‟.
אין דער אמתן, וואָלט געווען כּדאַי צו דערקלערן, אַז די סאָוועטישע רעגירונג האָט פֿולשטענדיק געשטיצט ייִדיש ווי די נאַציאָנאַלע ייִדישע שפּראַך פֿון די ייִדן ביז די פֿינצטערסטע יאָרן פֿונעם סטאַלין־רעזשים און דער צווייטער וועלט־מלחמה. אַפֿילו דעמאָלט האָט מען קיינמאָל נישט מבֿטל געווען דעם דאָזיקן סטאַטוס. אַזוי צי אַזוי, ווי די מחברים באַקלאָגן זיך אינעם באַריכט, האָבן אינעם יאָר 2010 בלויז 1,683 רוסלענדישע בירגער אָנגערופֿן ייִדיש זייער מאַמע־לשון.
ווי עס ווערט אָבער דערקלערט אינעם אַנאָנס, האַלט די צאָל ייִדיש־לימודים אינעם לאַנד אין איין וואַקסן, און ציִען צו אַ סך תּלמידים, ייִדן און נישט־ייִדן. די מחברים גיבן צו, אַז אַ צאָל שטודיע־צענטערס באַקומען מלוכישע שטיצע. מע לערנט ייִדיש אין אַ צאָל שולן, קהילה־צענטערס און העכערע בילדונג־אַנשטאַלטן, אַרײַנגערעכנט די פּרעסטיזשפֿולע מלוכישע אוניווערסיטעטן אין מאָסקווע און פּעטערבורג, ווי אויך בײַ אַ צאָל ייִדישע צענטערס אין ביידע שטעט. דער מאָסקווער צענטער „ספֿר‟ פֿירט אויך ספּעציעלע פּראָגראַמען, וואָס דערמעגלעכן זיך צו באַקענען מיט דער שפּראַך דורך אינטערנעץ־קורסן. דער מלוכישער „פּאָליקולטורעלער צענטער פֿון צוגאָב־לימודים פֿאַר קינדער‟ באַקומט געלט פֿאַר ייִדיש־שטודיעס פֿונעם מלוכישן בודזשעט.
אַן אַנדער היסטאָריש אָרט, וווּ מע לערנט ייִדיש אָפֿיציעל אין אַ מלוכישער שול, בלײַבט ביראָבידזשאַן. דער קורצער באַריכט, וואָס פֿאַרנעמט בלויז איין זײַט, איז אָבער אַ סימן פֿון אַ ברייטערער וויכטיקער טענדענץ. צו באַקומען פּרטימדיקע אינפֿאָרמאַציע וועגן ייִדיש־לימודים אינעם לאַנד, בעטן די מחברים זיך צו פֿאַרבינדן מיטן מאָסקווער ביוראָ פֿון זייער אָרגאַניזאַציע.
דער „אייראָ־אַזיאַטישער ייִדישער קאָנגרעס‟ איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 2002 ווי אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿאַראייניקט ייִדישע קהילות אין אַ גאַנצער ריי אייראָפּעיִשע און אַזיאַטישע לענדער. די עיקר־טעטיקייט קומט אָבער פֿאָר אין די לענדער פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
ביז לעצטנס, האָט די אָרגאַניזאַציע זיך ווייניק אינטערעסירט מיט ייִדיש און זיך פֿאָקוסירט אויף אַזעלכע ענינים, ווי חורבן־הזכּרה און פֿאַרבינדונגען מיט ישׂראל. אין די לעצטע פּאָר יאָר האָט אָבער דער „קאָנגרעס‟ אָנגעהויבן כּסדר דערציילן וועגן פּראַקטישע ייִדיש־פּראָיעקטן. צום בײַשפּיל, אין אָקטאָבער 2014 איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַן אינטערוויו מיט מרדכי יושקאָווסקי, אַן אינספּעקטאָר פֿונעם ישׂראלדיקן בילדונג־מיניסטעריום, וועלכער האָט געזאָגט, אַז דווקא ייִדיש ווערט אין דער הײַנטיקער וועלט אַסאָציִיִרט מיט דער עכטער ייִדישער טראַדיציע און קולטור. לויט יושקאָווסקי, איז העברעיִש געוואָרן אַן אַלגעמיינע שפּראַך פֿון די וועלטלעכע ישׂראלים. להיפּוך, גייט בײַ טויזנטער יונגע־לײַט זייער אינטערעס צו ייִדישקייט האַנט בײַ האַנט מיט ייִדיש. מע קאָן זאָגן, אַז דער הײַנטיקער קורצער רוף איז אַ קולמינאַציע פֿונעם דאָזיקן שטײַגנדיקן אינטערעס צווישן רוסיש־רעדנדיקע ייִדן, וואָס פֿאַרשטייען, אַז אין דער קולטור פֿון זייערע אָבֿות מיט צוויי־דרײַ דורות צוריק האָט די ייִדישע שפּראַך פֿאַרנומען אַ צענטראַל אָרט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.