מײַן פֿרױ, אַ לעבן אױף איר, האָט מיר מיט אַ פּאָר טעג צוריק אַרױסגעזאָגט אַ שטילן װײַבערישן „פֿע‟, אַ פּראָטעסט, הײסט עס, למאַי שרײַב איך די לעצטע צײַט אַזעלכע טרױעריקע אָדער גאָר ניט קײן פֿרײלעכע אַרטיקלען? די מענטשן, װאָס קוקן אַרײַן אין אַ ייִדיש בלאַט, האָט זי געטענהט, װילן לײענען עפּעס אַ פּאָזיטיװ מעשׂהלע, עפּעס פֿרײלעכס.
אַ ייִדענע, װײסט איר דאָך, איז שטענדיק גערעכט. עפּעס פֿרײלעכס? פֿאַר װאָס ניט? אָט האָט איר אַ פֿרײלעכע מעשׂה — אַנומלט בין איך געװען אױף דער לװיה פֿון „טום־באַלאַלײַקע‟. פֿון אַלע לװיות אַ לװיה, ממש אַ שׂימחה און אַ פֿאַרגעניגן. און כּדי ניט זײַן איבעריק ציניש און כ׳זאָל ניט שרעקן די אײדעלע ייִדישע נשמות, װיל איך צוגעבן, אַז עס רעדט זיך װעגן אַ נײַעם פּראָיעקט פֿונעם אָרקעסטער „סימפֿאָניעט‟־רעננה.
דער נײַער פּראָיעקט הײסט „עס טרעפֿן זיך צונױף די קעגנװאַרט און די פֿאַרגאַנגענהײט‟. דער ערשטער און דער דריטער טײל פֿון דער פּראָגראַם — דער קאָנצערט D־מאַזשאָר פֿאַרן פֿידל און אָרקעסטער פֿון פּיאָטר טשײַקאָװסקי, און די דריטע סימפֿאָניע אין D־מאַזשאָר פֿון פֿראַנץ שובערט — זײַנען גוט באַקאַנט די ליבהאָבער פֿון דער קלאַסישער מוזיק, און שטענדיק פֿאַרשאַפֿן זײ פֿאַרגעניגן פֿאַר יענע מענטשן, װעלכע זוכן פֿאַר זיך אַ שטיקל עסטעטישע הנאה. מיך האָט אָבער צוגעצױגן דער צװײטער טײל פֿון דער פּראָגראַם — „האַלבטענער‟, אַ ציקל לידער פֿאַר אַ װאָקאַליסטין (מעצאָ־סאָפּראַן) און אַ סימפֿאָנישן אָרקעסטער. די מחברים פֿונעם ציקל זײַנען די באַקאַנטע ישׂראלדיקע קאָמפּאָזיטאָרין עלאַ מילך־שעריף און די ייִדישע פּאָעטעסע בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן, אַ ליכטיקן גן־עדן זאָל זי האָבן.
די אַזױ גערופֿענע קלאַסישע מוזיק, איז שטענדיק געװען און געבליבן אַ נחלה פֿאַר די גאָר אינטעליגענטע און הױך געבילדעטע מענטשן מיט אַ באַזונדערן חוש צו די ניט־געװײנטלעכע, ניט־פּאָפּוליסטישע פֿאָרמען פֿון שאַפֿן אַ מוזיקאַלישע יצירה, אַזעלכע װי אָפּערע, אַן אָראַטאָריע אָדער אַ װאָקאַל־ציקל מיט אַ באַגלײטונג פֿון אַ סימפֿאָנישן אָרקעסטער. הײַנטיקע טעג זײַנען אַזעלכע װערק אַ זעלטנהײט אין אַלע גרױסע װעלט־קולטורן, און װען עס װערט געשאַפֿן אַ מאָדערנע יצירה, געגרינדעט אױף מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע, איז עס באמת אַ געשעעניש פֿון אַ װעלט־באַנעם. כּדי ניט צעשמירן די קאַשע איבערן טעלער, װיל איך גלײַך זאָגן, אַז אַזעלכע װאָקאַל־ציקלען, געשאַפֿן אױף דער ייִדישער דיכטונג, אױף װיפֿל איך װײס, זײַנען גאָר אַ זעלטענע זאַך; און איך דערמאָן זיך נאָר אין די פּרעכטיקע לידער־ציקלען פֿון לײבו לעװין, דניאל גלאיס קאַמער־אָפּערע „חײם בן־חיה‟ (2007), דמיטרי שאָסטאַקאָװיטשעס װאָקאַל־ציקל „11 ייִדישע פֿאָלקסלידער‟ (1948), און איצט — די „האַלבטענער‟.
מיר האָט צוגעפֿידלט צו הערן ס’רובֿ פֿון די דערמאָנטע מאָדערניסטישע און פּאָסט־מאָדערניסטישע „ייִדישע‟ מוזיקאַלישע יצירות. װעגן לײבו לעװינס שטרענגן צוגאַנג אין אױסקלײַבן די פּאָעטישע טעקסטן פֿאַר זײַנע לידער האָט מען אַ סך געשריבן, װי אױך װעגן זײַן װוּנדערלעכער מוזיק. גלײַך מיט דעם, װיל זיך מיר נאָך אַ מאָל אונטערשטרײַכן, אַז זײַנע לידער, לױט מײַן מײנונג, זײַנען אַ מין בריק צװישן דער ייִדישער פּאָעטישער נשמה און דער אײראָפּעיִשער קלאַסישער מוזיק; מיט אײן װאָרט, זײער ערנסטע גײַסטיק־פֿילאָסאָפֿישע און זײער אַשכּנזישע װערק.
איך װײס ניט, צי נאָך לײבו לעװינען האָט די ייִדישע מאָדערנע מוזיק געהאַט אַ גלײַכן צו אים. װעגן דמיטרי שאָסטאַקאָװיטש איז ניטאָ װאָס צו רעדן, יעדעס װערק זײַנס איז אױסגעפֿאָרשט געװאָרן ביזן לעצטן צײכן, אָבער זײַן װאָקאַל־ציקל „11 ייִדישע פֿאָלקסלידער‟ איז גיכער אַן אױסנאַם אין זײַן שאַפֿערישן לעבן אײדער אַ לאָגיש רינגל אין אַ שאַפֿונגס־קײט. און בכלל, שאָסטאַקאָװיטש האָט געשריבן זײַנע ייִדישע לידער אױף די רוסישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש. אַזױ אַרום, אַז איר װעט אַפֿילו אױסגעפֿינען דעם ייִדישן מקור פֿון דעם אָדער אַנדערן פֿון די 11 לידער, װעט דער ייִדישער מקור, לױטן פּאָעטישן טעקסט, זיך ניט צופּאַסן צו שאָסטאַקאָװיטשעס מעלאָדיע.
איך װײס װעגן װאָס איך רעד, װײַל מיר איז אױסגעקומען אָנטײל צו נעמען אינעם פּראָיעקט „11 ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון ד. שאָסטאַקאָװיטש‟ אין מינכן, אין יאָר 2004, און, אײגנטלעך, איז שװער פֿעסטצושטעלן, צי דער קאָמפּאָזיטאָר האָט אַרײַנגעברענגט אַ ייִדישן עלעמענט אין זײַן שאַפֿונג, צי ער האָט אַרײַנגעטראָגן דעם עלעמענט פֿון מוזיקאַלישן אוניװערסאַלן מאָדערניזם אינעם ייִדישן ליד. אַזױ צי אַנדערש, אָבער מיט אַ לעבעדיק ייִדיש װאָרט האָט אין שאָסטאַקאָװיטשס װערק ניט געשמעקט (די ליבהאָבער קענען הערן אין „יוטוב‟ די רעקאָרדירונג פֿון יאָר 1956).
אַ פֿראַגמענט פֿון דניאל גלאיס קאַמער־אָפּערע „חײם בן־חיה‟ האָב איך געהערט אין דײַטשלאַנד אױפֿן אָװנט, געװידמעט צבֿי כּנרס, ז״ל, יאָרצײַט, און לױט דעם קורצן פֿראַגמענט, װאָס איך האָב געהערט, איז אוממעגלעך אָפּצושאַצן דאָס גאַנצע װערק, כאָטש אָן אַ ספֿק קען מען זאָגן, אַז די יצירה געהערט צו דער פּאָסט־מאָדערניסטישער צװײַג אין דער הײַנטצײַטיקער מוזיק. װעגן די פּאָעטישע װערטן פֿון „חײם בן־חיה‟ איז מיר שװער צו רעדן, װײַל דער פֿראַגמענט, װאָס איך האָב געהערט, באַזירט זיך אױף אײן און אײנציקער פֿראַזע — „איך לעב נאָך‟. אױך דאָס, מײן איך, איז ניט װײניק.
און דאָ, פּלוצעם, באַקום איך אַנומלטן אַן אײַנלאַדונג אױף אַ פּרעמיערע פֿון אַ נײַ מוזיקאַליש װערק „האַלבטענער‟, אַ ציקל לידער פֿאַר אַ װאָקאַליסטין און אַ סימפֿאָנישן אָרקעסטער, אָנגעשריבן אױף בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן פֿיר לידער, מיט אַ מוזיקאַלישן פּראָלאָג און אַן עפּילאָג. די געשיכטע פֿון שאַפֿן דאָס װערק איז זײער אַ פּשוטע און אין דער זעלבער צײַט אַן אױסערגעװײנטלעכע. די ישׂראלדיקע קאָמפּאָזיטאָרין עלאַ מיל־שעריף האָט זיך באַקענט מיט בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן דורך ד״ר דוד מילך, אַ באַקאַנטער פֿאָרזיצער פֿונעם „ד״ר דוד מילך־פֿאָנד‟ אין אַמעריקע, װעלכער איז באַשעפֿטיקט מיטן „תּיקון־העולם‟ מיט דער הילף פֿון קונסט. נאָך דעם װי עלאַ מיך־שעריף האָט זיך באַקענט מיט בײלען און מיט אירע לידער (אין איבערזעצונג אױף ענגליש) האָט זי תּיכּף באַשלאָסן אָנצושרײַבן אַ מוזיקאַליש װערק, באַזירט אױף בײלעס ייִדישע לידער. עלאַ מילך־שעריף דערצײלט: „כ׳האָב אַ טראַכט געטאָן, אַז ס׳איז טאַקע אַן אינטערעסאַנטער געדאַנק. דװקא איך, װאָס מײַן גאַנץ לעבן האָב איך זיך דערװײַטערט פֿון דער־אָ שפּראַך (ייִדיש) און פֿון די באַװוּסטע ייִדישע לידער, װי אַן אַנטיטעזע צו אַ שטוב, װוּ מ’האָט גערעדט ייִדיש און פּױליש, און אָט, בין איך געקומען צו ייִדיש אױף אַן אַנדערן אופֿן, דורך מײַן מוזיק.‟
איבערדערצײלן די מוזיק מיט װערטער איז דאָך אַ נאַרישע זאַך, ס׳איז פּשוט אוממעגלעך. איך בין געװען אַ ביסל באַקאַנט מיט בײלע שעכטער־גאָטעסמאַנס פּאָעזיע, אָבער דאָס קורצע ליד „האַלבטענער‟ האָט מיך ממש באַװוּנדערט מיט זײַן פּאָסט־אינזיכיסטישן קלאַנג און געדאַנק, מיט זײַן פּאָעטישער פֿרישקײט, מיט אַן אומפֿאַרשטענדלעכער פֿעיִקײט צו שאַפֿן אַ װעלט מיט דער הילף פֿון אַ נײַ־געבױרן װאָרט.
נישטאָ מער קײן אָרט פֿאַר חלומות
דער טאָג רײַסט אױף
מיט בלענדיקן געדראַנג
אַלע װינקלען
װאָס שאָטענען
נאָך בענקשאַפֿט.
… אַן אומגעריכטע געשעעניש אין דעם ייִדישן קולטור־לעבן, אַן אומגעריכט מוזיקאַליש װערק, געשאַפֿן פֿון צװײ פֿרױען, פֿון צװײ פֿאַרשײדענע װעלטן. אַ ייִדישע נשמה איז תּמיד אַ רעטעניש, און גײ װײס, אין װעלכע אירע װײַטע װיקלען ליגן די קלאַנגען פֿון מאַמע־לשון און „שאָטענען נאָך בענקשאַפֿט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.