אין מאָסקווע האָט זיך געענדיקט די ווינטער־פּראָגראַם פֿונעם צענטער „ספֿר‟. די אָנטיילנעמער זענען געפֿאָרן אין אַ דאָרף לעבן מאָסקווע און דאָרטן האָבן זיי געקענט הערן רעפֿעראַטן פֿון די רוסלענדישע און ישׂראלדיקע פּראָפֿעסאָרן, ווי אויך האָבן עטנאָגראַפֿישע פּראַקטיק — באַאַרבעטן דעם אַרכיוו פֿון עקספּעדיציעס בײַם צענטער „ספֿר‟’.
איצטער פֿאַרנעמט דאָס צענטראַלע אָרט אינעם מאָסקווער ייִדישן אינטעלעקטועלן לעבן דער פּראָיעקט „אשכּולות‟. די וואָך האָט „אשכּולות‟ אָרגאַניזירט צוויי באַגעגענישן נאָכאַנאַנד, געווידמעט דער פֿאַרבינדונג צווישן ירושלים און קאַווקאַז.
דעם 8טן פֿעברואַר איז פֿאָרגעקומען די ערשטע אונטערנעמונג אויף דער טעמע „ירושלים און גרוזיע‟. די היסטאָריקערין און אַרכעאָלאָגין פֿון ישׂראל, יאַנאַ טשעכאַנאָוועץ, האָט פֿאָרגעשטעלט די רעזולטאַטן פֿון אירע פֿאָרשונגען און עקספּעדיציעס אַרום די גרוזינישע קלויסטערס און מאָנאַסטירן, מאָנאַכן און פּיליגרימען, און געוועזענע גרוזינישע מיליטערישע כּוחות אינעם הייליקן לאַנד. דער היסטאָריקער אַנדריי ווינאָגראַדאָוו פֿון מאָסקווע האָט דערציילט וועגן דער אָפּשפּיגלונג פֿון ארץ־ישׂראל, ירושלים און ציון אין דער גרוזינישער קונסט, אַרכיטעקטור און טאָפּאָנימיק.
דעם 9טן פֿעברואַר איז די רייד געגאַנגען וועגן אַרמעניע. יאַנאַ טשעכאַנאָוועץ האָט דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון דער אַרמענישער קהילה אין ישׂראל און דעם אַרמענישן קוואַרטאַל אינעם אַלטן טייל פֿון ירושלים. דער קונסט־פֿאָרשער אַרמען קאַזאַריאַן האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער געשטאַלט פֿון דעם ערדישן און דעם הימלישן ירושלים אין דער אַרמענישער אַרכיטעקטור.
צו די אַנדערע נײַעס: דעם 10טן פֿעברואַר עפֿנט זיך אין מאָסקווע די אויסשטעלונג פֿון דער ישׂראלדיקער קינסטלערין דבֿורה ברזילאי מיטן נאָמען „שלום‟, געווידמעט די מלחמות און דעם חורבן. די אויסשטעלונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע בשותּפֿות מיטן עסטרײַכישן קולטור־פֿאָרום (די קינסטלערין האָט געלעבט אַ געוויסע צײַט אין עסטרײַך), און דעם מאָסקווער מוזיי פֿון מאָדערנער קונסט.
אַ ידיעה פֿון סאַנקט־פּעטערבורג: דעם 8טן פֿעברואַר איז דאָרט פֿאָרגעשטעלט געוואָרן דער דריטער באַנד פֿון דעם וויסנשאַפֿטלעכן זאַמלבוך „פֿון דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער מוזיק אין רוסלאַנד‟. דאָס זאַמלבוך, רעדאַגירט פֿון אַלכּסנדר פֿרענקל און גאַלינאַ קאָפּיטאָוואַ, איז אַ פּראָדוקט פֿון צוזאַמענאַרבעט פֿונעם ייִׅדישן קהילה־צענטער פֿון סאַנקט־פּעטערבורג און דעם רוסלענדישן אינסטיטוט פֿון קונסט־געשיכטע.
מיט דעם באַנד מערקט מען אָפּ, כאָטש מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג פֿון כּמעט 10 יאָר, דעם 100־יעריקן יוביליי פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿון ייִדישער מוזיק, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין סאַנקט־פּעטערבורג אין 1908. דער באַנד שליסט אײַן אַרטיקלען און אַרכיוו־דאָקומענטן: נאָטן, בילדער, אַפֿישן. די פֿאָרשטעלונג איז פֿאָרגעקומען אין פּעטערבורגער „קאָמפּאָזיטאָר־הויז‟, און האָט אײַנגעשלאָסן אַ קאָנצערט־פּראָגראַם פֿון די קאָמפּאָזיטאָרן, מיטגלידער פֿון דער געזעלשאַפֿט, ווי אויך ווערק פֿון די איצטיקע פּעטערבורגער ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן.
אין דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי איז דעם 9טן פֿעברואַר אָרגאַניזירט געוואָרן אַן אָפֿענע דעמאָנסטראַציע פֿון גאַלינאַ יעווטושענקאָס פֿילם „לעוו טאָלסטוי און איליאַ גינצבורג: דער טאָפּלטער פּאָרטרעט אינעם אינטעריער פֿון דער תּקופֿה.‟ דער פֿילם דערציילט וועגן די באַציִונגען צווישן די צוויי באַרימטע מענטשן: דעם גרויסן שרײַבער און דעם באַקאַנטן ייִדישן סקולפּטאָר. דער פֿילם ווערט געוויזן אין די ראַמען פֿון דער רעזשיסאָרינס יוביליי.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט:
דער מאָסקווער כּשרות־דעפּאַרטאַמענט באַטייליקט זיך אין דער גרויסער עסנוואַרג־אויסשטעלונג „פּראָדעקספּאָ־2016‟, וואָס קומט פֿאָר די טעג אין מאָסקווע. די פֿאַרטרעטער פֿונעם דעפּאַרטאַמענט האָבן פֿאָרגעשטעלט כּשרע פּראָדוקטן, וואָס ווערן פּראָדוצירט אין רוסלאַנד, און נעמען אָן אַפּליקאַציעס פֿון פֿירמעס, וועלכע ווילן, אַז זייער פּראָדוקציע זאָל אויך באַקומען אַ סערטיפֿיקאַט פֿון כּשרות. אַנומלט האָט אַזאַ זכות באַקומען די פֿאַבריק „לאַדאָגאַ‟, וואָס פּראָדוצירט בראָנפֿן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.