„פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟ רופֿט מען „סאָציאַלע מעדיאַ‟, אָבער אין געוויסע טעג זעען מײַנע „פֿייסבוק‟־ און „טוויטער‟־שטראָמען אויס ווי אַ מין „וויכּוח־מעדיאַ‟.
מײַנע ייִדישע „חבֿרים‟ אויף די דאָזיקע סאָציאַלע נעצן קריגן זיך שטענדיק צווישן זיך וועגן די גרויסע חילוקי־דעות אויף דער ייִדישער גאַס. אין די לעצטע פּאָר טעג האָב איך געלייענט ביטערע קריגערײַען אויף די פֿאָלגנדיקע טעמעס: צי זאָל אַ ייִדישע פֿעמיניסטקע שטימען פֿאַר הילערי קלינטאָן צי בערני סאַנדערס? צי זאָל מען דערלאָזן די פֿרויען צו טראָגן טליתים בײַם כּותל־מערבֿי? צי איז עס עטיש צו מלען אַ קינד? צי פֿאַרמאָגן די אַשכּנזישע ייִדן „ווײַסע פּריווילעגיעס?‟; צי זאָל דאָס דינען אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי הייסן, אַז מע פֿאַרלירט די אַמעריקאַנער בירגערשאַפֿט? און אפֿשר די הייסטע צווישן זיי אַלע: צי איז בערני סאַנדערס „גוט פֿאַר די ייִדן?‟
מיט די אַלע ביטערע קאָמענטאַרן אויף אָט די טעמעס אין די לעצטע פּאָר טעג האָב איך געמיינט, אַז קיין ערגערס קען דאָך ניט זײַן. דינסטיק, אָבער, האָב איך דערזען אַ וויכּוח איבער נאָך אַן ענין, וואָס האָט ממש אויפֿגעריסן די סאָציאַלע נעצן. דהײַנו: אין וועלכער שטאָט באַקט מען די בעסטע בייגל, אין מאָנטרעאָל צי אין ניו־יאָרק?
איך בין געווען ממש איבערראַשט, קודם ווײַל מע האָט פּלוצעם בכלל אַרומגערעדט די טעמע, און צווייטנס, מיט וויפֿל ביטול האָבן די מענטשן זיך באַצויגן צום צד־שכּנגד.
„די מאָנטרעאָלער בייגל זענען אָן אַ צוועק. מע קען אויף זיי ניט געהעריק שמירן קיין קעז‟.
„די ניו־יאָרקער בייגל האָבן ניט קיין שום טעם. זיי זענען בעצם נאָר ברויט‟.
„בעסער ניט צו עסן קיין בייגל, איידער צו עסן אַ בייגל פֿון מאָנטרעאָל‟.
„בלויז פּאָלנע גויים עסן אַמעריקאַנער בייגל‟.
און אַזוי זענען אָנגעגאַנגען די פֿאַרשידענע ביטערע דיסקוסיעס אויף מײַנע „פֿייסבוק‟־ און „טוויטער‟־שטראָמען. די ערגסטע געטראָפֿענע זענען געווען די, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין ניו־יאָרק, אָבער האָבן פֿאָרט בעסער ליב די מאָנטרעאָלער בייגל. מע האָט גערעדט וועגן יענע מענטשן מיט די זעלביקע ווערטער, וואָס מע הערט, ווען מע רעדט וועגן, להבֿדיל, די ייִדן וואָס וועלן שטימען פֿאַר דאָנאַלד טראָמפּ.
פֿאַר וואָס זשע האָט דאָס פּלוצלעם אַרויסגערופֿן אַזאַ ויצעקו? ווי עס טרעפֿט זיך, איז לעצטנס פֿאָרגעקומען דער „נאַציאָנאַלער בייגל־טאָג‟ אין אַמעריקע. פֿאַר וואָס מע דאַרף אַזאַ „בייגל־חגא‟ ווייסט איך ניט, נאָר ווי איך האָב זיך דערוווּסט, איז דינסטיק, דער 9טן פֿעברואַר, אויך אויסגעפֿאַלן דעם „נאָציאַנאַלן פּיצע־טאָג‟ און דער אָנהייב פֿון „קאַרנאַוואַל‟. אַ פּנים, האָבן געוויסע געשעפֿטס־לײַט באַשלאָסן, אַז מע קען שאַפֿן נאָך פּירסום פֿאַרן בייגל, אויב מע גיט אים אַן אייגענעם טאָג צוזאַמען מיט פּיצע. פֿאַר וואָס פּיצע זאָל זיך נייטיקן אין אַן אייגענעם טאָג אין אַ לאַנד, וווּ עס איז דער סאַמע־פּאָפּולערסטער מאכל ווייס איך אויך ניט.
כּדאַי איז אָבער צו דערמאָנען דעם פֿאַקט, אַז אויף „טוויטער‟ און „פֿייסבוק‟ האָב איך ניט געזען, אַז עמעצער זאָל זיך אַמפּערן וועגן דעם, צי שיקאַגע אָדער ניו־יאָרק פֿאַרמאָגט די בעסטע פּיצע. אַזעלכע וויכטיקע וויכּוחים קומען פֿאָר, אַ פּנים, בלויז אין שײַכות מיט די בייגל.
צוליב דעם, וואָס איך בין דאָך אַן ערלעכער זשורנאַליסט, וואָס דערקלערט זײַנע אייגענע פֿאָראורטלען בײַם באַשרײַבן אַ וויכּוח, מוז איך זיך אַליין מודה זײַן, אַז עס געפֿעלן מיר בעסער די בייגל אין מאָנטרעאָל. איך האָף אַז די חשובֿע ניו־יאָרקער לייענער וועלן מיר מוחל זײַן…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.