ייִדישע קאַלקעס אין העברעיִש

Yiddish Calques in Hebrew

אַמאָליקע פּראָ־העברעיִסטישע און אַנטי־ייִדישע פּראָפּאַגאַנדע אין פּאַלעסטינע
אַמאָליקע פּראָ־העברעיִסטישע און אַנטי־ייִדישע פּראָפּאַגאַנדע אין פּאַלעסטינע

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 12, 2016, issue of March 04, 2016.

דער באַקאַנטער ייִדישער זשורנאַל „מאָזאַיִק‟ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 10טן פֿעברואַר אַ נײַעם אַרטיקל פֿונעם באַקאַנטן שפּראַך־פֿאָרשער הלל האַלקין, וועלכער שרײַבט אונטערן פּסעוודאָנים „פֿילאָלאָגאָס‟, וווּ עס ווערט דערקלערט, פֿאַרוואָס אינעם מאָדערנעם העברעיִש טרעפֿן זיך מער ייִדישע און ייִדיש־שטאַמיקע אויסדרוקן, ווי אינעם אַמעריקאַנער ענגליש.

אויפֿן ערשטן בליק, איז עס דאָך פֿאַרשטענדלעך, ווײַל דער מאָדערנטער העברעיִש איז געשאַפֿן געוואָרן ווי אַ ייִדישע שפּראַך. די העברעיִסטן האָבן אָבער פֿײַנט געהאַט דעם „גלות־זשאַרגאָן‟, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַמעריקאַנער, וועלכע האָבן נישט געהאַט קיין טענות צו ייִדיש, און האָבן עס באַטראַכט ווי אַ נאַטירלעכן טייל פֿונעם קולטורעלן לעבן אינעם לאַנד. דער סוד באַשטייט אין דעם, וואָס די העברעיִשע שפּראַך־קאָנסטרוקטאָרן האָבן אַרײַנגעגנבֿעט אַ סך איבערגעזעצטע ייִדישע שפּריכווערטער און אַנדערע עלעמענטן.

דער „פֿילאָלאָגאָס‟ דערמאָנט אַ פֿראַגע, וואָס אַ לייענער פֿון „מאָזאַיִק‟ האָט געשטעלט: פֿון וואַנען נעמט זיך די מאָדערנע ישׂראלדיקע פֿראַזע „זה לא הולך ברגל‟ — „ס׳גייט נישט צופֿוס‟. אין זײַן אַרטיקל, זאָגט האַלקין, אַז דאָס איז אַ בוכשטעבלעכע קאַלקע פֿונעם דאָזיקן ייִדישן אויסדרוק. אין ישׂראל ווערט די פֿראַזע באַנוצט, אויב עמעצער האָט באַקומען אַן אומגעוויינטלעך הויכע סטיפּענדיע אָדער געפֿונען 100 דאָלאַר. אַ קיצור, אַזוי שילדערט מען אַן אומדערוואַרטע דערגרייכונג, אַ זעלטענעם אוצר אָדער אַ מציאה.

פֿון וואַנען נעמט זיך אָבער דער אָריגינעלער ייִדישער אויסדרוק? האַלקין איז זיך משער, אַז די אָרעמע ייִדן אין די מיזרח־אייראָפּע פֿלעגן גיין צופֿוס אויף גענוג ווײַטע דיסטאַנצן, כּדי עפּעס צו קריגן אין אַ שכניש שטעטל. צומאָל האָבן זיי געמוזט זיך שלעפּן אויף 5 און אַפֿילו 10 מײַל. פֿאַר ס׳רובֿ ייִדן איז די געלעגנהייט אָנצוקומען ערגעץ מיט אַ פֿערד און וואָגן געווען אַ זעלטענע מציאה. עס קאָן זײַן, אַז צוליב דעם האָבן די אַמאָליקע שטעטלדיקע ייִדן צוגעטראַכט דעם דערמאָנטן אויסדרוק.

דער מאָדערנער העברעיִש איז פֿול מיט אַזעלכע באַהאַלטענע ייִדיש־שטאַמיקע אויסדרוקן. צומאָל, ווערן אין די קאַלקעס אָפּגעהיט די צווייט־דײַטיקער זין פֿונעם אָריגינאַל. צום בײַשפּיל, ווען אַן ישׂראלי ווינטשט „תּהיה לי בריא‟ — אַ דירעקטע איבערזעצונג פֿון „זײַ מיר געזונט — קאָן עס צומאָל דינען ווי אַ מער דרך־ארצדיקער אייפֿעמיסטישער סינאָנים פֿון „גיי אין דר׳ערד‟.

אינעם אַמעריקאַנער ענגליש טרעפֿט זיך אַ גרויסע צאָל ייִדישע ווערטער. אַזעלכע קאַלקעס זענען אָבער פֿאַרשפּרייט בלויז אין די פֿרומע קרײַזן, וווּ דער עולם רעדט נאָך אַלץ אויף ייִדיש אָדער איז כאָטש באַקאַנט אַ ביסל מיט דער שפּראַך. ווען די ייִדישע אימיגראַנטן זענען אָנגעקומען קיין אַמעריקע, האָט בײַ זיי געבליט אַן אייגן מאַמע־לשון, ייִדיש. בײַ די נאַטירלעכע ענגליש־רעדער זענען אָבער שוין געווען פֿאַראַן גרייטע שפּריכווערטער און אויסדרוקן מכּל־המינים. איבערצופֿלאַנצן ייִדישע קאַלקעס אויפֿן נײַעם קאָנטינענט איז נישט געווען נייטיק.

בײַ די ייִדישע קאָלאָניסטן אין פּאַלעסטינע האָט אָבער קיין אָנגענומענע אַלגעמיינע שפּראַך לכתּחילה בכלל נישט עקזיסטירט, און פֿון ייִדיש האָבן די ציוניסטן געוואָלט פּטור ווערן. דערפֿאַר, האָבן זיי זיך געגעבן אַן עצה און געמאַכט אַ סך קאַלקעס פֿון ייִדיש. ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז פּראָפֿ׳ גלעד צוקערמאַן און אַ צאָל אַנדערע פֿאָרשער בכלל באַטראַכטן דעם מאָדערנעם העברעיִש, אין אַ גרויסער מאָס, ווי אַ מין קאַלקירטן ייִדיש.

דער „פֿילאָלאָגאָס‟ גיט צו, אַז אינעם הײַנטיקן העברעיִש טרעפֿן זיך גענוג אויסדרוקן, וואָס שטאַמען פֿון רוסיש, דײַטש, לאַדינאָ און אַראַביש. פֿון ענגליש האָט עבֿרית אין די לעצטע יאָרן אויך נישט ווייניק גענאַשט. דער ייִדיש־שטאַמיקער קאָמפּאָנענט בלײַבט אָבער דער שטאַרקסטער, וואָס די אָריגינעלע שאַפֿער פֿון דער נײַער ישׂראלדיקער שפּראַך האָבן לכתּחילה גערעדט און געטראַכט אויף ייִדיש.