דער „מוזיי פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין פּוילן‟, אויך באַקאַנט ווי דער „פּולין־מוזיי‟, האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך צוגעגעבן ייִדיש צו דער רשימה שפּראַכן, וואָס אַ באַזוכער קען אויסקלײַבן, אויב ער וויל מאַכן דעם טור דורך אַן אוידיאָ־וועגווײַזער.
דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס אַ מוזיי באַזאָרגט זײַנע באַזוכער מיט אַן אוידיאָ־טור אויף ייִדיש. מע קען שוין דורכמאַכן דעם טור פֿונעם „פּולין־מוזיי‟, ניצנדיק אַ הער־אַפּאַראַט אויף פּויליש, ענגליש, העברעיִש, רוסיש, דײַטש, איטאַליעניש אָדער שפּאַניש, אָדער נאָכפֿאָלגן די אויסשטעלונג דורך אַ ווידעאָ אויף שטום־לשון.
דער „פֿאָרווערטס‟ האָט געפֿרעגט בײַם „אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי‟ אין וואַשינגטאָן און בײַ „יד־ושם‟ אין ירושלים, צי זיי האָבן אויך בדעה אײַנצופֿירן ייִדיש־שפּראַכיקע אוידיאָ־ וועגווײַזערס, ווי דער „פּולין־מוזיי‟ האָט געטאָן. לוק ליי, אַ וואָרטזאָגער פֿונעם וואַשינגטאָנער מוזיי, האָט געענטפֿערט, אַז די אויסשטעלונג ניצט בכלל נישט קיין אוידיאָ־וועגווײַזער.
מאַריסאַ פֿײַן, די קאָמוניקאַציע־דירעקטאָרין בײַ „יד־ושם‟, האָט געענטפֿערט: „צום באַדויערן, האָבן מיר נישט קיין אוידיאָ־וועגווײַזער אויף ייִדיש, צוליב אַ דוחק פֿון אינטערעס.‟
ד״ר ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט, די קוראַטאָרין פֿון דער הויפּט־אויסשטעלונג אינעם „פּולין־מוזיי‟, האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז זי געדענקט אַפֿילו נישט וועמעס אײַנפֿאַל ס׳איז געווען צו מאַכן דעם אוידיאָ אויף ייִדיש, אָבער זי איז זיך משער, אַז ס׳האָט אַ שײַכות מיט אַ לעקציע, וואָס זי האָט געגעבן בעת אַ ייִדיש־סעמינאַר אין וואַרשע אין זומער 2013.
ד״ר קאַראָלינע שימאַניאַק, וואָס פֿירט אָן מיטן אָפּטייל פֿון דער ייִדישער קולטור בײַם וואַרשעווער „ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט‟, האָט געהאַט פֿאַרבעטן ברײַנדלען צום „אינטערנאַציאָנאַלן זומער־סעמינאַר פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור‟, כּדי צו דערציילן די פּראָפֿעסאָרן און די סטודענטן וועגן דעם נײַעם מוזיי.
דער יערלעכער ייִדיש־סעמינאַר איז אַ פּראָיעקט פֿון גאָלדע טענצערס „שלום־פֿונדאַציע‟ אין וואַרשע.
ברײַנדל האָט גערעדט אויף דער טעמע, ווי אַזוי דער מוזיי האָט באַשלאָסן אײַנצוגלידערן ייִדיש אין דער הויפּט־אויסשטעלונג. בעת און נאָך דער לעקציע האָט זי באַמערקט, אַז די לערער פֿון דער וואַרשעווער זומער־פּראָגראַם, וואָס זענען געזעסן אין זאַל — ד״ר שימאַניאַק, ד״ר יאָאַנאַ נאַלעוואַיקאָ־קוליקאָוו און ד״ר אַבֿרהם ליכטענבוים, פֿון בוענאָס־אײַרעס — זענען געוואָרן זייער באַגײַסטערט, שמועסנדיק, ווי אַזוי זיי וועלן אַליין קענען אויסניצן די אויסשטעלונג ווי אַ רעסורס פֿאַר זייערע קלאַסן פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור.
„דעמאָלט איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז ס׳וואָלט געווען זייער שיין, ווען מע פֿירט אײַן לעבעדיקע טורן פֿונעם מוזיי אויף ייִדיש,‟ האָט ד״ר קירשנבלאַט־גימבלעט געזאָגט. „כ׳האָב נישט געקלערט וועגן אַן אוידיאָ־וועגווײַזער, ווײַל דעמאָלט האָבן מיר אינעם מוזיי נאָך נישט געהאַט אָנגעהויבן אַרבעטן אויף אַזוינע אַפּאַראַטן. כ׳האָב פּשוט געקלערט, אַז אפֿשר וואָלטן איינער פֿון די דרײַ לערער אַליין געקענט געבן אַ טור פֿונעם מוזיי פֿאַר זייערע סטודענטן אויף ייִדיש.‟
ברײַנדל האָט זיך ווידער דערמאָנט אין דעם אײַנפֿאַל, ווען די משפּחה ניסנבוים, איבערגעגעבענע מנדבֿים פֿונעם מוזיי, זענען געקומען אויפֿן פֿײַערלעכן חנוכּת־הבית פֿון דער הויפּט־אויסשטעלונג אין אָקטאָבער 2014. די ניסנבוימס שטאַמען פֿון וואַרשע, אָבער וווינען הײַנט אין עסטרײַך. „ס׳רובֿ פֿון דער משפּחה רעדט נישט קיין ענגליש אָדער פּויליש, אָבער עטלעכע קענען ייִדיש, און דערפֿאַר רעדן מיר תּמיד ייִדיש צווישן זיך,‟ האָט ברײַנדל דערקלערט. „האָב איך יענעם טאָג, מיט די ניסנבוימס, טאַקע געמאַכט אַ טור פֿון דער גאַנצער אויסשטעלונג — אַלע טויזנט יאָר — אויף ייִדיש.‟
דער מוזיי האָט שוין פֿון לאַנג אַ טיפֿן אינטערעס אין דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, און די הויפּט־אויסשטעלונג ווידמעט גאַנצע אָפּטיילן דער ייִדישער פּרעסע, ליטעראַטור און טעאַטער. אויף איין וואַנט, למשל, קען מען זען די ערשטע זײַט פֿון יעדער ייִדישער צײַטונג, וואָס איז אַ מאָל אַרויסגעגעבן געוואָרן אין פּוילן. די זײַטן פֿאַרנעמען אַ גאַנצע וואַנט, פֿון דער פּאָדלאָגע ביז צו דער סטעליע.
דעם פֿאַרגאַנגענעם סעפּטעמבער האָט דער מוזיי אָנגעפֿירט מיט אַ ספּעציעלער קאָנפֿערענץ לכּבֿוד י. ל. פּרץ, און — אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן וועגן דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור — האָבן דרײַ פֿון די רעפֿערענטן גערעדט בלויז אויף ייִדיש: ענדרו פֿײַערסטאָון, אַן אומאָפּהענגיקער אַקאַדעמיקער פֿון אויסטראַליע; מרים טרין — פֿון „דזשאָנס האָפּקינס אוניווערסיטעט‟ אין אַמעריקע, און יאַן שוואַרץ פֿון „לונד־אוניווערסיטעט‟ אין שוועדן.
ווען ברײַנדל און אירע מיטאַרבעטער האָבן אָנגעהויבן ערנסט שמועסן וועגן שאַפֿן אַ הער־אַפּאַראַט אויף ייִדיש, זענען אַלע מסכּים געווען, אַז ס׳איז כּדאַי. יאָאַנאַ פֿיקוס, וואָס פֿירט אָן מיט דער אויסשטעלונג, האָט אָבער געהאַט ספֿקות, צי דער פּראָיעקט וועט טאַקע מקוים ווערן.
„צו מאַכן אַן אוידיאָ אויף אַ נישט־פֿאַרשפּרייטער שפּראַך ווי ייִדיש קאָסט אַ סך מער ווי צו מאַכן עס אויף די מער באַקאַנטע שפּראַכן, און דאָס געלט וואָלט געמוזט אַרויסקומען פֿון אונדזער אייגענעם בודזשעט,‟ האָט יאָאַנאַ געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „כ׳בין געווען זיכער, אַז ווען זיי וועלן דערהערן דעם פּרײַז, וועלן זיי באַשליסן, אַז ס׳איז נישט כּדאַי.‟ אָבער אַפֿילו נאָך דעם ווי יאָאַנאַ האָט זיי אינפֿאָרמירט, אַז ס׳וועט קאָסטן 22,000 פּוילישע זלאָטעס, האָבן אַלע מסכּים געווען.
דאָס איבערזעצן דעם טעקסט אויף ייִדיש און אויסזוכן אַ ייִדיש־רעדנדיקן נאַראַטאָר האָט דורכגעפֿירט די זעלבע פֿירמע, וואָס האָט עס געטאָן פֿאַר די אַנדערע שפּראַכן — Acoustic Guide. „מיר האָבן זיי געבעטן צו געפֿינען עמעצן, וואָס רעדט אַ נאַרטירלעכן ייִדיש, רעדט קלאָר, און האָט נישט קיין וואַרשעווער אָדער טיף ליטוויש־ייִדישן דיאַלעקט,‟ האָט ברײַנדל געזאָגט. כאָטש קיינער אינעם מוזיי ווייסט נישט ווער דער נאַראַטאָר איז, איז מען זיך משער, אַז ער וווינט אין ישׂראל.
אָט קענט איר הערן אַן אויסצוג פֿונעם ייִדישן טור:
זינט מע האָט צוגעשטעלט דעם אוידיאָ־וועגווײַזער אויף ייִדיש מיט אַ וואָך צוריק, האָט קיינער פֿון די באַזוכער עס נאָך נישט פֿאַרלאַנגט. עס זענען דאָ עטלעכע מעגלעכע סיבות דערפֿאַר. ערשטנס, קען זײַן, אַז אַפֿילו פֿליסיקע ייִדיש־רעדער זענען פּשוט נישט צוגעוווינט צו דעם, אַז מע קען באַקומען אַן אוידיאָ אויף ייִדיש, בעטן זיי במילא אויף אַן אַנדערער שפּראַך. צוליב דעם וואָס ס׳געפֿינט זיך נישט קיין לאַנד, וווּ ייִדיש דינט ווי די הויפּטשפּראַך, זענען דאָ ווייניק ייִדיש־רעדער, וואָס רעדן בלויז ייִדיש. הייסט עס, אַז אַפֿילו די ייִדיש־רעדנדיקע לעבן געבליבענע פֿון חורבן קענען הײַנט פּונקט אַזוי גוט פּויליש, ענגליש אָדער העברעיִש ווי ייִדיש.
אַן אויסנאַם איז די ייִדיש־רעדנדיקע חסידישע באַפֿעלקערונג. בפֿרט צווישן די מאַנסבילן, זענען הײַנט דאָ אַ סך, וואָס פֿאַרשטייען און רעדן ייִדיש בעסער ווי די לאַנדשפּראַך. דערפֿאַר וואָלטן זיי מסתּמא געווען די פּאַסיקסטע בעלנים פֿאַר אַן אוידיאָ־וועגווײַזער אויף ייִדיש. די צרה איז אָבער, וואָס זייער ווייניק חסידים קומען אינעם „פּולין־מוזיי‟.
„די חסידים באַזוכן פּוילן, אָבער זיי קומען זעלטן קיין וואַרשע,‟ האָט יאָאַנע דערקלערט. „זיי גייען בלויז אויף קבֿר־אָבֿות צו די צדיקים ווי, למשל, אלימלך פֿון ליזשענסק.‟
„אָבער אין דער אמתן, מאַכט נישט אויס וויפֿל מענטשן ניצן דעם ייִדיש־אַפּאַראַט,‟ האָט יאָאַנע צוגעגעבן. „דעם ייִדיש־אוידיאָ האָבן מיר צוגעשטעלט גיכער ווי אַ סימבאָל פֿאַר די אומגעקומענע.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.